top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שיינעם שבת של שמחה ביי שמחת האויפרוף בחצרות באבוב - ספינקא - סאטמאר - טשאקאווא קערעסטיר

לפני 5 שעות
זמן קריאה 2 דקות

מאנטאג פרשת תולדות • כ"ח חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

גאר א געהויבענער שבת של שמחה איז אריבער אין די הויפן פון באבוב און ספינקא ביים שבת עליה לתורה פונעם חתן א זון פון הרה"ג ר' אשר אנשיל מנחם זעלטענרייך שליט"א ראש ישיבת משנת חיים, זון פון הגה"צ אבד"ק טשאקאווא קערעסטיר שליט"א, און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מספינקא שליט"א לרפו"ש, מיט די כלה אן אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א, א טאכטער פון בנו הגדול הרה"צ ר' חיים שלום האלבערשטאם שליט"א, איידעם ביי הגה"צ גאב"ד סאטמאר בארא פארק שליט"א.


ערב שבת ביים זמן האט דער באבובער רב שליט"א אנגעטוהן די שטריימל פארן חתן און פאר נאך עטליכע חתנים. צו קבלת שבת האט דער רב שליט"א צוגעשיקט צום עמוד דער בעל שמחה, בנו הגדול הרה"צ רבי חיים שלום שליט"א.


ביים טיש ליל שבת האט דער רב שליט"א מרחיב געווען בדיבורו איבער עניני נישואין און דערביי נאכגעזאגט א שלל פון מאמרים מדברי תורתו פון אביו הרה''ק בעל דברי שלמה מבאבוב זי"ע אין דעם ענין, לעורר זכות אבות.


שבת אינדערפרי האט א גרויסער ציבור א שפיץ פון אלע דעם רב'ס קינדער און אייניקלעך מיטגעהאלטן דאס דאווענען אין ביהמ"ד הגדול ספינקא, וואו דער חתן שליט"א האט עולה געווען לתורה. דער מחותן הרה"צ רבי חיים שלום שליט"א האט פארגעדאווענט שחרית און דער זיידע הגה"צ אבד"ק טשאקאווא קערעסטיר שליט"א האט געדאווענט מוסף, נאכגעפאלגט מיטן קידושא רבה, ביי וועלכן מ'האט זיך משמח געווען בשמחה וגילה.


צו שלש סעודות זענען די חתן און מחותנים אריבערגעקומען צום גרויסן באבובער ביהמ"ד, וואו עס איז מוצאי שבת נאכן זמן פארגעקומען די שמחת הפארשפיל בתופים ומחולות, ביי וועלכן מען איז געטאנצן א וויילע, און געהערט דברי חרוזים פון הרה''ח ר' אברהם מרדכי גראדזינסקי הי"ו.ביים פארשפיל מוצאי שבת האבן זיך משתתף געווען די חשובע זיידעס הגה"צ גאב"ד סאטמאר בארא פארק שליט"א און הגה"צ אבד"ק טשאקאווא קערעסטיר שליט"א ובניו.



תגובות


bottom of page