top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אוד מוצל מאש: הרה"צ רבי ארי' לייבוש לויפער זצ"ל האד' מנדבורנא דעברעצין נפטר געווארן אין טיפן עלטער פון 97 יאר

לפני שעתיים (2)
זמן קריאה 2 דקות

זונטאג פרשת ויצא • ו' כסלו תשפ"ז | בחצרות הקודש

פילע אידן האבן היינט באגלייט למנוחת עולמים האי גאון וצדיק חסידא ופרישא שריד לדור הישן, הרה"צ רבי ארי' לייבוש לייפער זצ"ל האדמו"ר מנדבורנא דעברעצין, א צווייגעלע פון די הערליכע נדבורנא דינאסטיע, און פון די לעצט פארבליבענע אור אייניקלעך פון הרה"ק רבי מרדכי'לע פון נדבורנא זי"ע, וואס איז דעם שבת נפטר געווארן לחיי העולם הבא, בשיבה טובה אין הויכן עלטער פון 97 יאר.


די חשובע נפטר איז געבוירן געווארן אינדערהיים אין דעברעצין אונגארן, חודש טבת תר"צ, צו זיין פאטער הרה"צ רבי משה מנחם מנדבורנא דעברעצין זצ"ל הי"ד, א זון פון הרה"ק רבי יוסף מנירעדהאז זצ"ל, וואס איז געווען דער בן זקונים פון הרה"ק רבי מרדכי'לע מנדבורנא זי"ע. זיין מוטער הרבנית ע"ה איז געווען א טאכטער פון הרה"צ רבי נפתלי ווייסבלום זצ"ל אן אייניקל בן אחר בן פונעם הייליגער רבי ר' אלימלך פון ליזענסק זי"ע. בנוסף האט ער געצויגן א הערליכע יחוס צו פריערדיגע צדיקים שרי מעלה, צווישן זיי מרן הבעל שם טוב הק', דער דגל מנחה אפרים, צדיקי בית ראפשיץ און נאך.


דער נפטר איז אלס יונג בחור'ל דעפארטירט געווארן קיין אוישוויץ וואו ער האט מיטגעמאכט שווערע פייניגונגען אין די טרויריג בארימטע ארבעטס לאגערן. נאכן קריג איז ער אנגעקומען קיין אנטווערפן, איבערלאזנדיג זיינע עלטערן און רוב פון זיינע געשוויסטער הי"ד וועלכע זענען ליידער אומגעקומען על קידוש השם.


בהיגעו לפרקו האט ער חתונה געהאט מיט זיין חשובע רעבעצין א טאכטער פון הרה"ח ר' משה פיקסלער ז"ל פון אנטווערפען, און עטליכע יאר דערויף האט ער זיך באזעצט אין אמעריקא וואו ער האט אלע יארן געוואוינט אין בארא פארק, און קובע געווען מקום לתפילתו אין ביהמ"ד 'קהל חסידים' בהנהלת אחיו הגדול הגה"צ רבי נפתלי לייפער זצ"ל אבד"ק וואליע, שפעטער נאך די פטירה פון זיין ברודער האט ער ווייטער אנגעפירט דאס ביהמ"ד, וואו די מתפללים האבן זיך אנגעשפט מלוא חפנים און נהנה געווען מאור תורתו וצדקתו און פון זיינע ווארעמע תפילות.


דער רבי זצ"ל איז געווען באקאנט מיט זיין באשיידנקייט און פשטות, שטענדיג געווען בהצנע לכת און געדינט דעם אויבערשטן ווייט פון יעדנס אויג, אויך בערוב ימיו איז ער אנגעגאנגען מיט א מורא'דיגע ענוות חן, און קיינמאל נישט געמאכט קיין וועזן פון זיך, באזונדער איז ער געווען א מעתיק השמועה וואו די משכימים לפתחו האבן זיך דערקוויקט פון זיין אוצר בלום בטעם זקנים.


עד זקנה ושיבה איז ער אנגעגאנגען מיט זיין סדר היום בתורה ועבודה, מיטן פולסטן צלילות הדעת, דעם פארלאפענעם חול המועד סוכות האט ער געליטן פון פארשידענע קאמפליקאציעס ביז היינט צופרי ווען ער האט צוריקגעגעבן נשמתו הטהורה ליוצרה איבערלאזנדיג א הערליכע דור ישרים מבורך זיינע צוויי זון הרה"ג רבי פנחס לייפער שליט"א פון קרית יואל און הרה"ג רבי אלימלך לייפער שליט"א פון ירושלים און חשובע איידעמער, אייניקלעך און אור אייניקלעך זרע ברך השם.


די לוויה איז פארגעקומען היינט מיטאג ביי די שומרי הדת טשאפל אין בארא פארק און ער ווערט געפירט קיין ארץ ישראל וואו ער וועט מארגן מאנטאג געברענגט ווערן למנוחת עולמים.

תגובות


bottom of page