קרית יואל: שטורמישע אסיפת הרבנים בבית הגה"צ אבד"ק סאטמאר י-ם שליט"א אין ליכט פון פארערגערטן גזירות גיוס
זונטאג פרשת ויצא • ו' כסלו תשפ"ז | בחצרות הקודש

דעם פארלאפענעם מאנטאג פרשת תולדות איז פארגעקומען א שטורעמישע "אסיפת הרבנים", וואס האט צונויפגענומען אויף א געמיינזאמע, מיסיע, הגאוה"צ חשובי רבני ודייני עיר רבתי קרית יואל שליט"א, צו הערן, זיך באקענען פונדערנאנט, און מטכס עצה זיין, אין ליכט פון די פארשארפטע "גזירות הגיוס" וואס בוזשעוועט בחוצות ארצינו הקדושה מיט אומגלויבליכע אכזריות, רדיפות, און שמדיות ממש.
די אסיפה איז געווארן פאררופן דורך כבוד הגה"צ אבד"ק סאטמאר ירושלים שליט"א און איז פארגעקומען אין די ספרים-שטוב בביתו נאוה, מיט דער באטייליגונג פון הרבנים הגאונים והצדיקים רבני ודייני העיר שליט"א, אנגעפירט דורך די גווארדיע עסקנים וואס שטייען אין שפיץ פון כלל ישראל'ס הצלה-ארגאניזאציע פון די ביטערע גזירת הגיוס "קרן ויואל משה – הצלה מגיוס", וועלכע האבן אויפגעטרעטן און געגעבן א טיפן אריינבליק וואס עס טוט זיך אויפ'ן פראנט.
ביים אסיפה האט מען געהערט ווארעמע ווערטער דורך הר"ר קלמן ווייס שליט"א מחברי ועד הפועל "קרן ויואל משה" אין חו"ל, וועלכער האט איינגעלייטעט די אסיפה בשם הנהלת קרן ויואל משה, מיט פרטיות'דיגע פעולות וואס עס זענען גענומען געווארן אין די לעצטערע יארן פון די התייסדות ביז'ן היינטיגן טאג, וואס איז פארגרעסערט געווארן פילפאכיג אין ליכט פון די שרעקליכע ארעסטן בחוצות ארה"ק.
ביים אסיפה האט אויפגעטרעטן הר"ר משה שווארץ שליט"א שטייענדיג אלס יושב ראש אין שפיץ פון די פארצווייגטע פעולות אינערהאלב "קרן ויואל משה". ער איז איבערגעגאנגען די אנטוויקלונגען פון די פארשארפטע גזירה דורכאויס די לעצטע צוויי יאר, און די ביטערע אכזריות און שמדיות וואס טוט זיך אפ אין די לעצטערע תקופות. ער האט געגעבן א נאנטן אריינבליק מיט וואס יעדע אפיס באשעפטיגט זיך, וואס די פעולות נעמען אריין, און די ליסטעס פון בחורי ישראל וואס ווערן ב"ה אפגעראטעוועט מדי יום ביומו דורך די איבערגעשטרענגטע ארבעט פון די העלדישע בעלי מסירות נפש צושפרייט אין מערערע אפיסעס אין די צענטראלע שטעט איבער ארץ ישראל.
דערנאך האט אויפגעטרעטן מיט גאר רירנדע ווערטער הר"ר רבי יואל סאמועלס שליט"א יו"ר "יד להושיע", וועלכער האט בקול חנוק בדמעות איבערגעגעבן פאר די רבנים שאקירנדע עדות איבער די אומדערטרעגליכע אכזריות, שמדיות, און ביטערע רציחות, דורך די ציוניסטישע אינסטאנצן אויפ'ן חרדישן אידנטום. ער האט איבערגעגעבן א בליק אריין איבער דעם גאנצן שווערע מצב אין ארץ הקודש, און געשילדערט די פאקטן וואס ער האלט מיט פונדערנאנט, שטייענדיג אויף די פראנט-ליניעס אין דער מערכה אפצושלאגן די שרעקליכע גזירה.
באזונדער האט ער ארומגערעדט איבער די פילע פעולות הצלה וואס ווערן אקטיוו דורכגעפירט מיט מסירות נפש ממש דורך די צענדליגער גבורי כח עוסקים במלאכת הקודש אונטער "קרן ויואל משה", און באזונדער די פילע פעולות וואס ווארטן ארויסצוקומען מן הכח אל הפועל אפצוראטעווען בחורי ישראל פון זיכערן שמד, היל"ת.
דער הויכפונקט פון דער אסיפה איז געווען די פלאמעדיגע דרשה פון הגה"צ אבד"ק סאטמאר ירושלים שליט"א, וועלכער האט געשילדערט פאר די רבנים וואס ער האט אליין מיטגעהאלטן און צוגעזען פארלאפענע וואך ביי זיין באזוך אין ארץ ישראל. דאס קומט נאכדעם וואס דער רב שליט"א האט זיך אין די לעצטערע טעג צוריקגעקערט פון א לענגערן באזוך אין ארץ ישראל, וואו ער האט באגעגנט פונדערנאנט דעם שווערע מצב מיט די גזירות הגיוס, ווען דער געפערליכער דרוק אויף יעדן בחור ווערט שווערער און שווערער.
דער רב האט איבערגעגעבן אז ביים באזוך אין די קרן ויואל משה אפיסעס, האט ער צוגעזען דעם דרינגענדן געברויך צו פארטאפלען די פעולות הצלה, און געהערט פונדערנאנט די שוידערליכע רדיפות הדת אין די לעצטערע וואכן, ווען די ציוניסטישע פאליציי האבן זיך צולאזט אויף די מוחים מיט ברוטאלע אכזריות אשר כמוה לא נהייתה, אין א פרואוו צו צעברעכן די מערכה און מסירות נפש פונעם ערליכן ציבור.
צום שלוס פון דער אסיפה האט הגה"צ דער רב שליט"א, וועלכער האלט כסדר מיט פונדערנאנט די שווערע מערכות הקודש, אויפגעפאדערט פון די רבני ודייני העיר שליט"א, זיכער צו מאכן אז "יעדער איינציגער תושב" פון שטאט נעמט א חלק אין דער קריטישער מגבית הצלה וואס וועט ווערן דורכגעפירט, צו ווערן א שותף אין די פעולות להצלת נפשות ישראל.
ביים אסיפה האבן זיך אנגעזען צווישן די פילע רבני העיר; רבני ודייני ק"ק קהל יטב לב סאטמאר קרית יואל, הגה"צ אב"ד טשאטה, הגה"צ ראש הכולל דרך החיים, הגה"צ אב"ד טארנא, הגה"צ אב"ד בעהוץ, הגה"צ אב"ד שארמאש, הגה"צ דומ"ץ טאהש ק"י, הגה"צ אב"ד נירמאדע, הגה"צ דומ"ץ קהל חרדים, און נאך חשוב'ע רבנים ודיינים שליט"א.















תגובות