top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קישור החיתון פון החתן אור-אייניקל פון האד' מסקווירא מיט הכלה בת הרה"ג ר' יעקב יוסף גאלדמאן שליט"א דומ"ץ סקווירא מאנסי

לפני שעתיים (2)
זמן קריאה 1 דקות

זונטאג פרשת ויצא • ו' כסלו תשפ"ז | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שלום שווארץ,JDN

פארלאפענעם מיטוואך נאכט איז געשלאסן געווארן די שידוך פון א אור אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, אן אייניקל פון זיין זון הגה"צ ר' יצחק טווערסקי שליט"א, איידעם ביי מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א לרפואה שלימה, די חתן א זון פון זיין זון הרב ישעי' משולם זוסיא טווערסקי שליט"א, און אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מליעזש ראדוואן שליט"א פון לאנדאן, מיט די כלה א טאכטער פון הרה"ג ר' יעקב יוסף גאלדמאן שליט"א דומ"ץ סקווירא מאנסי, זון פון הגה"צ ר' שמואל גאלדמאן שליט"א מזוועהיל, און איידעם ביי הגה"צ ר' יוחנן וואזנער שליט"א ראב"ד סקווירא ודומ"ץ סקווירא מאנטריאל, די שמחת קישור החיתון איז פארגעקומען אויפצומארגנס דאנערשטאג אינעם ביהמ"ד הגדול אין שיכון סקווירא, אין שפיץ פונעם געהויבענעם עלטער זיידן כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א.



תגובות


bottom of page