שיינעם באזוך פון האד' מוויזניץ לאנדאן אין נייע קרית סקווירא אין בעטהעל ניו יארק
- לפני שעה (1)
- זמן קריאה 1 דקות
זונטאג פ' מטות מעסי • כ' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN
כ"ק אדמו"ר מוויזניץ לאנדאן שליט"א וועלכער האט פאריגן שבת פ' חקת בלק געוויילט אין קרית וויזניץ קייאמישא איז מוצאי שבת אריינגעפארן צום ניי-געגרינדעטן ישוב "קרית סקווירא" אין בעטהעל וואס געפונט זיך בשכינות, צו זען פונדערנאנט דעם נייעם שטעטל וואס איז אוועקגעשטעלט געווארן דורך זיין גרויסן פעטער, כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, און איז שוין באזעצט מיט צענדליגע משפחות חסידי סקווירא.
ביים אריינפארן אינעם נייעם ישוב, האט זיך דער רבי אומגעקוקט מיט גרויס הנאה און קורת רוח אויף די אויפבליענדע קריה, די פרישע דירות און דעם צענטראלן בית המדרש וואס שטייט שוין גרייט צו באדינען די ארטיגע פרישע תושבים.
דערנאך איז דער רבי אריינגעגאנגען אינעם אינעווייניג אינעם בית המדרש, וואו ער האט זיך געוואשן צום סעודת מלווה מלכה אינאיינעם מיט די תושבי המקום, דורכאויס די סעודה האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש, און שטארק אויסגעלויבט די שיינקייט פון די נייע קריה. דער רבי האט ארומגערעדט איבער די געוואלדיגע חשיבות פון וואוינען אפגעזונדערט און באהיטן פון די שטאטישע רוישיגע גאסן, און א לענגערע צייט פארברענגט דערציילנדיג שיינע ענינים און זכרונות פונעם זיידן הרה"ק מסקווירא זי"ע, דערנאך זענען אלע ארטיגע חסידים דורך שלום נעמען פונעם רבי'ן.















תגובות