מקח געשלאסן אויף גרויסן בנין אין אנטווערפן פאר נייעם ביהמ"ד דחסידי וויזניץ בנשיאות האד' מוויזניץ לאנדאן
- 21 ביולי
- זמן קריאה 2 דקות
דינסטאג פ' ואתחנן • ז' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

מיט גרויס התרגשות איז אויפגענומען די פרייליכע בשורה צווישן חסידי וויזניץ אין שטאט אנטווערפן, ההולכים לאורו פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ לאנדאן שליט"א, איבער דעם מקח אין וועלכן מען איז אריין בשעה טובה, אפצוקויפן א בנין רחבת ידים אין הארץ פון דער היימישער געגנט אין אנטווערפן, וואו עס וועט בעזרת השם אויפגעבויט ווערן דער נייער וויזניצער בית המדרש, על שמו ולזכרו פון הרה"ק בעל תורת מרדכי מוויזניץ זצ"ל.
שוין עטליכע יאר וואס די וויזניצער אינגעלייט אין אנטווערפן קומען זיך צוזאמען באופן קבוע ביי שלש סעודות, יומי דפגרא און נאך פארשידענע געלעגנהייטן במשך'ן יאר, ווען מ'האלט זיך אינאיינעם בדיבוק חברים, און מיט'ן וואקס פון דעם ציבור איז אלץ געשטיגן די פארלאנג צו פארמאגן אן אייגענעם מקום תורה ותפלה.
נישט לאנג צוריק זענען די עסקני הקהילה אראפגעפארן קיין לאנדאן וואו זיי האבן דורכגעשמועסט די פלענער מיט כ"ק אדמו"ר מוויזניץ לאנדאן שליט"א און נאכן ערהאלטן דעם ברכת הקודש פון אלע ברודער האדמו"רים לבית וויזניץ שליט"א, איז מען אריין אינעם מקח אפצוקויפן דעם בנין וועלכע געפינט זיך אויף די לאנגע לעם גאס, אין הארץ פון די אידישער געגנט.
דער בנין דינט פאר לאנגע יארן אלס אכסניא של תורה ותפילה, זייענדיג דעם וואוינטארט פון הגה"צ רבי אשר חיים שטערנבוך שליט"א רב דקהל אוהל יעקב און דומ"ץ מחזיקי הדת אנטווערפן, נו"נ לצדיקי בית וויזניץ.
אין די טעג ווערן אויסגעארבעט די פלענער פאר'ן נייעם בנין, און מ'האפט בעזרת השם - נאכן ענדילטיגע קלאוזינג - אנצוהייבן די בוי ארבעט צו פארוואנדלען דעם ביהמ"ד אין א פאסיגן בית מקדש מעט לתורה ולתפילה. דער ציבור קוקט ארויס מיט גרויס ערווארטונג צום טאג ווען מ'וועט קענען זיך קובע מקום זיין אין דעם נייעם בית המדרש, לתורה ולתפלה, מתוך הרחבת הדעת ומנוחת הנפש.
אין דער זעלבער צייט גרייטן זיך די עסקנים ארויסצוגיין מיט א מגבית צווישן חסידי וויזניץ, צו דעקן דעם מקח וואס האט אפגעקאסטן אריבער א מיליאן יורא.





תגובות