top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הרחיבי מקום אהלך: מוצלח'דיגע מקח געשלאסן צום אויפבוי פון נייעם ריזיגן ביהמ"ד הגדול וויזניץ בארא פארק

לפני 16 שעות
זמן קריאה 2 דקות

מאנטאג פרשת ויצא • ו' כסלו תשפ"ז | בחצרות הקודש

א כוואליע פון שמחה דקדושה נעמט ארום חסידי וויזניץ בארא פארק, ווערנדיג נתבשר איבער די געוואלדיגע הרחבת גבולי הקדושה, ווען עס איז בסיעתא דשמיא געשלאסן געווארן דער ענדגילטיגער קאנטראקט אפצוקויפן א ריזיגן שטח רחבת ידים אין צענטער פון שטאט בארא פארק, וואו עס וועט בקרוב הימים אויפגעבויט ווערן א שפאגל נייער ביהמ"ד הגדול און צענטער לתורה וחסידות, וואס אנטשפרעכט צו זיין אן אבן שואבת פאר די פילע הונדערטער חסידים וואס קלאמערן זיך לאורו הבהיר פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ בארא פארק שליט"א מידי שבת בשבתו ומועד במועדו.


די בשורה מרנינה טראגט א היסטארישע דערגרייכונג אין דער בליענדער וויזניצער קהילה, וואס איז שוין איינקוואטירט העכער א יובל יארן אין דעם ביז יעצטיגן בית המדרש וועלכער איז שוין לאנג אויסגעוואקסן איר געברויך צוליב די ריבוי העם בליעה"ר וואס ווערט אלס הולך ונתרבה, ציילנדיג שוין היינט קרוב צו טויזענט משפחות כן ירבו, און טראץ די אלע פארברייטערונגען וואס מען האט דורכגעפירט במשך השנים, איז עס געווען ווייט פון גענוג צו קענען אקאמאדירן דעם גרויסן ציבור חסידים וואס שטראמט אריין זיך צו דערווארעמען ביי די טישן און מאורעות בצל הקודש.


אצינד איז בסיעתא דשמיא נאך גרויס מי און פלאג ודמים תרתי משמע, געלונגען צו שליסן דעם עלף מיליאן דאלערדיגן מקח אויף א שטח אדיר ביי נוא יוטרעקט עוועניו ביים ווינקל פון די צוויי און פופציגסטע סטריט, בלויז עטליכע הייזער ארויפציר פונעם עקזיסטירנדן ביהמ"ד, וואו עס געפינט זיך לעת עתה א גרויסע עלעקטעריק סופליי פירמע.


דער בנין גדול ומפואר וואס וועט אי"ה בקרוב אויפגעבויט ווערן, וועט אנטהאלטן א ריזן היכל הביהמ"ד וואס וועט ארייננעמען צען טויזענט סקווער פיס מיט הונדערטער זיץ פלעצער, א פראכטפולער היכל התורה, א מהודר'דיגע מקוה טהרה, זעקס חדרי תפילה און אלע נויטיגע איינריכטונגען און צוגעהערן פאר א בית מקדש מעט כראוי וכיאות, אין דער צייט וואס דער אלטער בנין ביהמ"ד וועט ווייטער באנוצט ווערן פאר אנדערע וויכטיגע געברויכן פון די קהילה און מוסדות.


דער מקח איז צושטאנד געקומען אדאנק די נדבות הלב פון די חשובע נדיבים בעם וועלכע האבן זיך ארויסגעשטעלט אלס נחשונים צו פארלייגן דעם יסוד איתן פאר דעם בית ה'. אין די קומענדיגער תקופה וועט געלאזט ווערן אין גאנג א מאסיווע קאמפיין אנצושליסן כל קהלא קדישא לטובת דעם פראיעקט, וואס איז ערווארטעט צו דערגרייכן דעם אסטראנאמישן ציפער פון פופציג מיליאן דאלער.


תגובות


bottom of page