האד' ממאחנובקא בעלזא מיטגעהאלטן היסטארישער שבת בצל האד' מסקווירא - ערשטע מאל אין נאנט צו 40 יאר
מאנטאג פרשת ויצא • ו' כסלו תשפ"ז | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN
א געהויבענער און היסטארישער שבת איז פאריבער דעם שבת קודש פרשת תולדות בחצר הקודש סקווירא, ווען אין א זעלטענעם ברודערליכן און הכנעה'דיגן שריט איז כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א געקומען צו פארן לעשות את השבת במחיצת הקודש פון ידידו ורעו מאז ומקדם כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א אין קרית מלך רב שיכון סקווירא, והנה המלכים נועדו יחדיו, זייענדיג א מרוגש'דיגע און זעלטענע מחזה הוד, ווי די צוויי רביים שליט"א מחבבין זה את זה און געבן זיך אפ יקרא דאורייתא באהבה גלוי' כמים פנים אל פנים, אשרי עין ראתהו.
ערב שבת נאכמיטאג איז דער מאחנובקא בעלזער רבי שליט"א אנגעקומען קיין שיכון סקווירא, אין באגלייטונג פון א גרעסערע קבוצה חסידים, וועלכע זענען אויפגענומען געווארן בסבר פנים יפות דורך די תושבי שיכון סקווירא וועלכע האבן אריינגענומען די חשוב'ע געסט מיט א געוואלדיגן הרחבה, און מ'האט אין בית המדרש הגדול צוגעגרייט באזונדערע מכובד'יגע פלעצער פאר זיי סיי ביים דאווענען און סיי ביי די טישן.
בנוסף האבן האבן נאך חשוב'ע אורחים געוויילט אויף דעם שבת קודש אין שיכון סקווירא, ובראשם כ"ק אדמו"ר מטאלנא שליט"א פון אשדוד, כ"ק אדמו"ר מליעזש ראדוואן שליט"א פון לאנדאן, און הרה"ג ר' פנחס נאוועסעלער שליט"א אב"ד קהל עדת ישראל אין פאסעיק ניו דזשערזי, וועלכער איז געקומען צופארן אינאיינעם מיט די מתפללי בית המדרש.
דער שבת איז געווען כל כולו חידוש, ווען דער מאחנובקא בעלזער רבי שליט"א האט מיטגעהאלטן דעם גאנצן שבת, מבואו ועד צאתו, כעבדא קמי' מרא און ווי א חסיד לפני רבו. דער רבי האט נישט ארויסגעוויזן קיין שום צייכענעס פון הנהגה, נאר זיך אפגעלאזט מיט א התבטלות יתירה והכנעה גמורה פאר'ן סקווערער רבי'ן שליט"א, וכמים פנים אל פנים האט זיך ארויסגעוויזן די גרויסע התקרבות און הערצה יתירה וואס דער סקווערער רבי שליט"א האט ארויסגעוויזן צום רבי'ן שליט"א, זעצנדיג אים ליד ימין קדשו במשך דעם גאנצן שבת און אים מכבד געווען ביותרת הכבוד מיט די שענסטע און חשוב'סטע כיבודים. אין א מערקווירדיגע שריט איז דער רבי שליט"א געווען אנגעטון מיט שטיוול וואו עס איז דער מנהג אין סקווירא.
דער רבי שליט"א האט געהאט די אכסניא, אין שטוב פון הרה"צ רבי אהרן מענדל טווערסקי שליט"א בנו הגדול פונעם סקווערער רבי'ן שליט"א, וואו דער רבי שליט"א האט אפגעראכטן אלע סעודות שבת פריוואט מיט בני המשפחה און נאנטע מקורבים. במשך די סעודת שבת האבן מיטגעגעסן מיטן רבי'ן די ברידער הרבנים בני כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א איינגעטיילט לויט א באשטימטן סדר.
ביים זמן כניסת השבת איז דער מאחנובקא בעלזער רבי שליט"א אריבער צום ביהמ"ד הגדול, וואו עס איז געווען צוגעגרייט א מכובד'דיגער מקום תפלה הארט נעבן דעם דאווען צימער פונעם סקווערער רבי'ן שליט"א, וואו דער רבי האט געדאוונט אלע תפילות.
ביי מנחה האט געדינט אלס בעל תפילה דער ליעזש ראדוואנער רבי שליט"א. נאך מנחה האט דער מאחנובקא בעלזער רבי שליט"א געזאגט קדיש לכבוד די יארצייט פונעם זיידן הרה"ק רבי אברהם יהושע העשיל מסקווירא זי"ע, און נאך אים האבן געזאגט קדיש אלע אנדערע יתומים. צו קבלת שבת איז צוגעגאנגען הרה"צ רבי שלום רוקח שליט"א זון פונעם מאחנובקא בעלזער רבי'ן שליט"א.
מה נהדר היה המראה נאכן דאווענען ווען דער מאחנובקא בעלזער רבי שליט"א איז געזעצן נעבן דעם סקווערער רבי'ן שליט"א און די אלפי החסידים זענען דורכגעגאנגען זאגן גוט שבת ביי די צוויי אדמורי"ם שליט"א. נאכ'ן דאווענען איז דער מאחנובקא בעלזער רבי שליט"א אריבער צום אכסניא וואו ער האט געפראוועט די סעודת שבת באופן פרטי.
שפעטער ביים טיש האט דער סקווערער רבי שליט"א מכבד געווען די מאחנובקא בעלזער רבי שליט"א מיט הגבהת הכוס ביי קידוש. צוליב דעם ריבוי אורחים ביים טיש, האט דער משב"ק הרה"ח רבי דוד בערגער הי"ו נישט אויסגערופן קיין נעמען ביים פארטיילן די שיריים.
דורכאויס דעם שולחן הטהור האט מען מכבד געווען מיט די זמירות די חשוב'ע אורחים ומקורבים: הרה"ג רבי יעקב יהושע ענגלענדער שליט"א ראש ישיבת מאחנובקא בעלזא, הרה"ג ר' פנחס נאוועסעלער שליט"א אב"ד קהל עדת ישראל אין פאסעיק, הרב מאיר ווייס שליט"א מדייני מאחנובקא בעלזא, הרב ישראל מילער הי"ו משב"ק פונעם מאחנובקא בעלזער רבי'ן שליט"א, און הרב בנימין זאב שטארק הי"ו משב"ק פונעם טאלנער רבי'ן שליט"א.
מיט ברכת המזון על הכוס איז מכובד געווארן דער טאלנער רבי שליט"א, און מיט די שבע ברכות האט דער רבי מכבד געווען דער מאחנובקא בעלזער רבי שליט"א.
נאכדעם וואס דער סקווערער רבי שליט"א האט געזאגט תורה כדרכו בקודש, האט ער מכבד געווען די מאחנובקא בעלזער רבי שליט"א צו זאגן תורה, דער רבי שליט"א האט אנגענומען דעם כיבוד און דערציילט א קורצע עובדא פון הרה"ק רבי אהרן מטשערנאביל זי"ע, לקראת די הילולא קדישא די וואך ח' כסליו.
בצפרא דשבתא איז צוגעגאנגען צו פסוקי דזמרה הרה"ג רבי יעקב יהושע ענגלענדער שליט"א ראש ישיבת מאחנובקא בעלזא, און צו תפילת שחרית איז צוגעגאנגען הרה"צ רבי ברוך האלבערשטאם שליט"א איידעם פונעם מאחנובקא בעלזער רבי'ן שליט"א. ביים ליינען איז דער סקווערער רבי שליט"א ארויסגעקומען און מכבד געווען די מאחנובקא בעלזער רבי שליט"א מיט הוצאה והכנסה, און בשעת קריאת התורה איז דער מאחנובקא בעלזער רבי שליט"א געשטאנען אויפ'ן באלעמער נעבן דעם סקווערער רבי'ן שליט"א.
ביים ליינען האט האדמו"ר ממאחנובקא בעלזא עולה געווען שלישי אויף די היסטארישע "קדשינו" ספר תורה אין וועלכן ער האט געהאט א חלק. מיט די איבעריגע עליות האט מען מכבד געווען, האדמו"ר מטאלנא, האדמו"ר מליעזש ראדוואן, הנגיד ר' דוד שפיטצער הי"ו מחסידי מאחנובקא בעלזא אין אנטווערפען, הרה"ג ר' פנחס נאוועסעלער שליט"א, און החתן זון פונעם טאלנא רבי'ן.
דער סקווערער רבי שליט"א האט אוועקגעגעבן זיין כיבוד הגבה פאר'ן מאחנובקא בעלזער רבי'ן שליט"א, און צו תפילת מוסף איז דער סקווערער רבי שליט"א אליין צוגעגאנגען צום עמוד.
נאכ'ן דאווענען איז פארגעקומען א קידושא רבא לרגל די שמחת קשרי החיתון פון אן אייניקל ביים סקווערער רבי'ן שליט"א, החתן אלעזר ני"ו זון פון הרב זושא שליט"א בן הרה"צ רבי יצחק שליט"א, וואו מ'האט געזינגען ניגוני שמחה. דער מאחנובקא בעלזער רבי שליט"א האט זיך געזעצט צום טיש און קידוש געמאכט זיצנדיג כמנהג סקווירא.
שפעטער איז דער מאחנובקא בעלזער רבי שליט"א אריבער צום אכסניא צו די סעודת שבת, וואו מ'האט פארברענגט בשבת אחים אויף א געהויבענעם פארנעם. גלייך נאך די סעודה איז דער רבי שליט"א אריבערגעקומען צום מיטאג טיש אין ביהמ"ד הגדול, וואו ער האט ווידער מיטגעהאלטן דעם גאנצן טיש.
דערנאך האט מען געדאווענט מנחה אויפ'ן ארט, און ביי קריאת התורה האט מען ארויסגענומען די הייליגע ספר תורה פון הרה"ק רבי אהרן מטשערנאביל זי"ע, וואס מ'האט לעצטנס אפגעקויפט פאר'ן סקווערער רבי'ן שליט"א, שטייענדיג בעפאר די הילולא קדישא, ווען מיט הגבה איז ווידער מכובד געווארן דער מאחנובקא בעלזער רבי שליט"א. נאך מנחה איז דער רבי שליט"א צוריק צום אכסניא, וואו ער האט זיך געוואשן צו שלש סעודות אין א פריע שעה אינאיינעם מיט זיינע באגלייטער און עטליכע אייניקלעך פונעם סקווערער רבי'ן שליט"א, און דערנאך איז ער צוריקגעגאנגען צו שלש סעודות אין ביהמ"ד הגדול.
ביי שלש סעודות איז מכובד געווארן מיט הגבהת הכוס צו קידוש החתן זון פונעם טאלנער רבי'ן שליט"א. מיט'ן זמר דרור יקרא האט דער סקווערער רבי שליט"א מכבד געווען דעם מאחנובקא בעלזער רבי שליט"א, וועלכער האט דערמיט מכבד געווען זיין זון הרה"צ רבי שלום שליט"א. מיט הגבהת הכוס צום בענטשן, אזוי אויך מיט הרחמן לרגל די ברית'ן, איז מכובד געווארן דער מאחנובקא בעלזער רבי שליט"א.
מוצאי שבת נאך מעריב איז דער גאנצער ציבור דורך זאגן א גוטע וואך ביי די אדמורי"ם שליט"א, און דערנאך איז דער מאחנובקא בעלזער רבי שליט"א אריין אל הקודש פנימה אינעם קוויטל שטוב פונעם סקווערער רבי'ן שליט"א, וואו די רביים שליט"א האבן געזאגט ויתן לך אינאיינעם און דער רבי שליט"א איז פארבליבן מיטהאלטן הבדלה דורכ'ן סקווערער רבי'ן שליט"א; שפעטער איז דער רבי צוריק צום אכסניא און געמאכט הבדלה.
שפעטער ביינאכט איז דער סקווערער רבי שליט"א אריבערגעקומען אין שטוב פון בנו הגדול הרה"צ רבי אהרן מענדל שליט"א אויף א ביקור גומלין ביים מאחנובקא בעלזער רבי'ן שליט"א, וואו עס האט זיך אנטוויקלט א ווארעמער און לענגערער שמועס און דער ציבור האט נהנה געווען מיטצוהאלטן דעם קשר ידידות צווישן די צוויי צדיקים, ביז די רביים שליט"א האבן זיך געשיידט בברכת שלום. שפעטער, איידער'ן זיך צוריקקערן צום אכסניא אין מאנסי, האט דער מאחנובקא בעלזער רבי שליט"א באזוכט ביי דעם סקווערער רבינס קינדער כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא מאנסי שליט"א, און הרה"צ רבי יצחק טווערסקי שליט"א.
דער געהויבענער און היסטארישער שבת איז געווען א גייסטרייכער איבערלעבעניש פאר אלפי חסידי סקווירא און די פילצאליגע חסידי מאחנובקא בעלזא, וואס וועט אויף לאנג געדענקט ווערן.



















תגובות