top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ככלות השנה: גרויס השתוקקות דעם שבת אין סאטמארער הויף צום יאר אפצייכענונג פון היסטארישע שבת תולדות אין מירון

לפני שעתיים (2)
זמן קריאה 1 דקות

מאנטאג פרשת ויצא • ו' כסלו תשפ"ז | בחצרות הקודש

בחצר הקודש סאטמאר איז דעם שבת געפראוועט געווארן מיט א געוואלדיגן השתוקקות צום הייליגן תנא רבי שמעון בר יוחאי שטייענדיג א גאנץ קיילעכיג יאר פונעם היסטארישן שבת פ' תולדות וואס כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט אפגעראכטן במקהלות עם רב אין אתרא קדישא מירון, א שבת וואס ליגט נאך טיף אין די ביינער ביי די שווערע טויזנטער חסידים וואס האבן מיטגעלעבט דעם שבת מרומם.


אנגעהויבן האט זיך עס בשעת'ן טיש וואס דער רבי שליט"א האט אפגעראכטן בהיכל המתיבתא אין קרית יואל, ווען מען האט געזינגען מערערע ניגונים וואס האבן דערמאנט זכרונות פון יענעם לעכטיגן שבת, ווי צמאה לך נפשי, וואס האט ארויפגעברענגט א געוואלדיגע השתוקקות.


שפעטער נאך די סיפורי קודש האט דער רבי ארומגערעדט מיט התרגשות איבער די דערהויבענע שבת תולדות תשפ"ו באתרא קדישא מירון זאגענדיג אז עס ליגט נאך גוט אין די ביינער, און ארויסגעברענגט די כח פון אמונת צדיקים זאגענדיג אז אין די לעצטערע וואכן און חדשים הערט מען אפענע ישועות ביי היימישע אידן וואס זענען געווען יענעם שבת אין מירון, און אין די לעצטע תקופה זענען דא אין קרית יואל אליין פארגעקומען פילע ברית'ן וואו מען האט א נאמען געגעבן שמעון נאכן הייליגן תנא, און אויסגעפירט אז היינט קומט פאר א שמחת השלום זכר פון א אינגערמאן וואס האלט שוין זיבן יאר נאך די חתונה און איז געהאלפן געווארן בזכות פון התנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי.


דאן האט מען געזונגען עטליכע ניגוני מירון, און דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט'ן ניגון תורתו מגן לנו, וואו דער רבי שליט"א האט זיך ארויסגעלאזט אין א ריקוד נלהב מיט האט יעדן מיטגעצויגן אין א געהויבענע אטמאספער.

תגובות


bottom of page