האדמור"ים ממשכנות הרועים און בית יצחק ספינקא ערווארטעט צוגאסט אין לאנדאן לרגל נישואי צאצאיהם
מאנטאג פרשת ויצא • ו' כסלו תשפ"ז | בחצרות הקודש

מיט געהויבענע געפילן גרייטן זיך תושבי לאנדאן מיטצולעבן דעם געהויבענעם שמחת נישואין בחצרות הקודש פשעווארסק, משכנות הרועים, בית יצחק ספינקא, טשארנאביל, וואס וועט די וואך אפגעראכטן ווערן אין די שטאט בשמחה ובצהלה.
בשטומ"צ וועט גיין אונטער די חופה החתן נכד כ"ק אדמו"ר מבית יצחק דספינקא שליט"א, בן חדב"ן הרה"ג רבי ארי' מרדכי ראבינאוויטש שליט"א מרביץ תורה במוסדות קרית יואל, בן כ"ק אדמו"ר ממשכנות הרועים שליט"א.
עב"ג הכלה אור-אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א, נכדת בנו הגדול הגה"צ אבד"ק פשעווארסק לאנדאן שליט"א, בת חתנו הרה"צ רבי מנחם נחום טווערסקי שליט"א, בן כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א.
די שמחה האט זיך אנגעהויבן פארלאפענעם שבת ביים שמחת עליית החתן לתורה אין ספינקער ביהמ"ד אין וויליאמסבורג, בצלו פונעם זיידן כ"ק אדמו"ר מבית יצחק ספינקא שליט"א, מיט דאס השתתפות פון פילצאליגע חסידים פון אומעטום.
שבת אינדערפרי האבן די אורחים נכבדים מיטגעהאלטן די סעודת עתיקא קדישא צוזאמען מיטן ספינקער רבי'ן, און מוצש"ק איז אפגעראכטן געווארן דער שמחת הפארשפיל אין היכל ביהמ"ד הגדול דספינקא, ביי וועלכן מ'האט זיך משמח זיין בשמחה ובגילה.
די חתונה הגדולה וועט אי"ה אפגעראכטן ווערן קומענדיגן מיטוואך אין לאנדאן, און לרגל די שמחה איז ערווארטעט א צוזאמפאר פון פילצאליגע חסידים פון אלע קרייזן, ובפרט חסידי ספינקא, וועלכע גרייטן זיך מיטצובאגלייטן דעם גרויסן זיידן כ"ק אדמו"ר מספינקא שליט"א, וואס וועט אפרייזן קיין לאנדאן מפאר צו זיין בראש שמחתו.
דער רבי וועט אנקומען קיין לאנדאן מארגן דינסטאג, און וועט האבן די אכסניא אין שטוב פון הרה"ג רבי ישכר בעריש הערשבערג שליט"א, וואו דער רבי וועט זיך אויפהאלטן במשך די גאנצע ימי השמחה, ביז נאכפאלגנדן דינסטאג וישלח הבעל"ט.
באזונדער גרייטן זך תושבי לאנדאן מקבל פנים צו זיין פני כ"ק אדמו"ר ממשכנות הרועים שליט"א, וואס וועט מארגן אנקומען קיין לאנדאן מפאר צו זיין בראש השמחה. דעם רבינס אכסניא וועט זיין בבית מקורבו הרה"ח ר' פנחס ראזנבערג הי"ו.
די חתונה וועט אפגעראכטן ווערן אין די זאלן פון "יסודי התורה", וואס וועט זיין ספעציעל אויסגעשטעלט צו קענען אקאמאדירן דעם גרויסן ציבור, און נאך די חתונה וועט נאכפאלגן די שמחה'דיגע וואך פון שמחות שבע ברכות, פון וואס דער הויכפונקט וועט זיין דער שבת שבע ברכות, וואס וועט אפגעראכטן ווערן אין לאנדאן בצלם פון די געהויבענע זיידעס שליט"א.באזונדער וועט אפגעראכטן ווערן א שבע ברכות אין אנטווערפען בצילא קדישא פונעם עלטער זיידן כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א, נאכדעם וואס דער רבי איז נישט אין די כוחות צו פארן צו די חתונה.







תגובות