פנים חדשות: האד' ממאחנובקא בעלזא זיך משתתף געווען ביי שמחת השבע ברכות במעונו פון האד' מבאבוב
לפני 3 דקות
זמן קריאה 1 דקות
מאנטאג פרשת ויצא • ו' כסלו תשפ"ז | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אברומי בערגער
דעם מיטוואך למחרת פון די חתונה הגדולה אין די הויפן פון באבוב - ספינקא - סאטמאר ב"פ - טשאקאווא קערעסטיר, איז פארגעקומען די שמחת השבע ברכות צוגעשטעלט דורך דעם זיידן הגה"צ גאב"ד סאטמאר בארא פארק שליט"א. בשעת די שמחה איז ערשינען כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א, וועמען דער זיידע כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א האט אויפגענומען ביותרת הכבוד און מכבד געווען מיט אלע שבע ברכות, דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט אין פרייליכע ריקודין של שמחה ווען דער רב האט מכבד געווען דעם מאחנובקא בעלזער רבי'ן צו טאנצן מיט'ן חתן, און דערנאך איז געשאפן געווארן א באזונדערע מחול לצדיקים צווישן די אדמורי"ם שליט"א.

















תגובות