top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בונים ומוסיפים: בוי ארבעט ביים זיבעטע בנין פון "ישיבה גדולה דסאטמאר" פאר'ן פרישן סניף הישיבה אנגעהויבן בשטומ"צ

לפני 10 דקות
זמן קריאה 1 דקות

מאנטאג פרשת ויצא • ו' כסלו תשפ"ז | בחצרות הקודש

דורכגייענדיג דעם גרויסן שטח אין שכונת בארדיטשוב אין קרית יואל, דער קאמפלעקס וואו עס געפינען זיך די בנינים אדירים פון די סאטמארער ישיבה גדולה, טוען חסידי סאטמאר מיטהאלטן מיט פרייד די מאסיווע בוי-ארבעט וואס האט זיך אנגעהויבן אין די טעג, אויפצובויען דעם נייעם בנין, וואו עס וועט בעזהשי"ת געעפנט ווערן אלס דער פינפ'טער סניף פון די ישיבה, אזוי צו קענען לינדערן דעם מאנגל אין פלאץ וואס הערשט אצינד אין די ביז-איצטיגע סניפים און בנינים וואס זענען שוין איבערגעפולט עד אפס מקום.


ווי שוין באריכטעט מיט א צייט צוריק, האבן די געטרייע חברי הנהלת הישיבה גדולה דסאטמאר גענומען אויף זיך דעם פרישן אונטערנעמונג, אויפצובויען און אהערצושטעלן נאך א בנין פאר די תלמידי הישיבה, נאכצוקומען דעם כסדר'דיגן בליה און וואוקס פון די תלמידים בליעה"ר וכ"י, וואס שטראמען יערליך קיין קרית יואל, עוסק צו זיין בתורה ביני עמודי דגירסא אין די סניפי הישיבה, וואס גייען אלע אן לשם ולתפארת אונטער דער פערזענליכער הדרכה פונעם ראש הישיבה כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א.


אין די טעג האט מען שוין, ווי געזאגט, אנגעהויבן מיט די מאסיווע בוי-ארבעט אויפ'ן גרויסן שטח צווישן די בנינים המפוארים, צווישן דעם בנין הישיבה סניף "ברך משה" און דעם בנין הישיבה "סניף קדושת יואל". דער שטח איז שוין ארומגעצוימט געווארן, און די טראקטארן ארבעטן שוין מיט'ן פולן קראפט אויסצוגרובן דעם שטח, כדי גלייך דערויף אנצוהייבן די בוי-ארבעט און אויפצוציען דעם נייעם פראכטפולן בנין.


דער מעמד "הנחת אבן הפנה" פונעם נייעם בנין, וועט אי"ה אפגעראכטן ווערן קומענדיגן כ"א כסלו הבעל"ט ברוב עם הדרת מלך, במעמד רבנן ותלמידיהון, און דערנאך וועט די בוי-ארבעט פארגעזעצט ווערן, מיט'ן ציל צו בויען און פארענדיגן דעם בנין וואס פריער, לתועלת פון די תלמידי הישיבה.

תגובות


bottom of page