האד' מנדבורנא איז מתפלל על קברו פון דודו הבחור הקדוש יצחק אייזיק יהודה יחיאל ראזענבוים הי"ד אין חיפה
מאנטאג פרשת ויצא • ו' כסלו תשפ"ז | בחצרות הקודש

פארגאנגענעם דאנערשטאג נאכט איז כ"ק אדמו"ר מנדבורנא שליט"א ארויסגעפארן מיט א מנין מקורבים צום שטאט חיפה, וואו דער רבי שליט"א האט מתפלל געווען על קברו פון זיין פעטער הבחור הקדוש רבי יצחק אייזיק יהודה יחיאל ראזענבוים הי"ד, בן זקונים פון הרה"ק רבי חיים מרדכי מנדבורנא זי"ע בעל דבר חיים, וועלכער איז טראגיש אומגעברענגט געווארן על קידוש השם דורך בריטישע זעלנער ביים אנקומען אויפן ארץ ישראל'דיגן באדן מיט גענוי אכציג יאר צוריק אין טאג פון ג' כסליו בשנת תש"ז, און איז באערדיגט געווארן אויפן בית עלמין אין חיפה. היות דער נפטר האט נישט איבערגעלאזט נאך זיך קיין זרע של קיימא, איז דער רבי שליט"א ארויסגעפארן מתפלל געווען על קברו אינעם טאג פונעם יארצייט ג' כסליו, וואו דער רבי האט געזאגט מזמורי תהילים און דערנאך געזאגט דעם קדיש יתום.
















תגובות