top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

היסטאריש: האד' מוויזניץ איז ממנה בנו יקירו הגה"צ רבי יעקב מרדכי שליט"א אלס אבד"ק ורב דחסידי וויזניץ בארה"ב

לפני 4 דקות
זמן קריאה 4 דקות

מאנטאג פרשת ויצא • ז' כסלו תשפ"ז | בחצרות הקודש

חסידי וויזניץ ברחבי תבל זענען איינגעהילט אין שטורמישע געפילן, מיטן ערהאלטן די היסטארישע נייעס וואס ווערט בליץ שנעל צושפרייט צווישן די חסידים אומעטום, אז רעיא מהימנא קדישא מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א לרפואה שלימה האט באשלאסן אויפצונעמען זיין בן זקונים הגה"צ רבי יעקב מרדכי האגער שליט"א לעמוד ולשרת בשם השם, אלס רב ואבד"ק דחסידי וויזניץ בערי ארצות הברית וקאנאדע, צו זיין דער איש על העדה פון די וויזניצער קהילות און מוסדות מעבר לים, ועל פיו ישק כל דבר.


די וויזניצער קהילה אין אמעריקא באשטייט פון הונדערטער משפחות יראים ושלמים צושפרייט צווישן אלע חרדישע געגענטער, אריינגערעכנט בארא פארק, וויליאמסבורג, מאנסי, לעיקוואד, און נאך. במשך די יארן זענען דארט אויפגעשטעלט געווארן הערליכע בליענדע קהילות קדושות, מיט בתי מדרשים און מוסדות התורה והחינוך לשם ולתפארת, אלעס תחת הנהגתו ועינו הפקוחה פון דעם רועה נאמן מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, וואס באגלייט די קהילות על כל צעד ושעל.


אין די לעצטע תקופה האבן זיך די ראשי הקהילות ברחבי אמעריקא פאראייניגט בעצה אחת כדת מה לעשות, זעענדיג די נחיצות צו ממנה זיין אן אלוף לראשם ואיש על העדה וואס זאל וואוינען צווישן זיי און אנפירן די עדה הקדושה, און נאכן גרינטליך דורכטון דעם ענין, זענען זיי אין די פארלאפענע סליחות טעג, וויילנדיג אין ארץ ישראל, אריין אל הקודש פנימה צום רבי'ן שליט"א און פארגעלייגט משאלות לבבם אויפצונעמען א מנהיג און מורה דרך פאר די קהילות מעבר לים.


פארגאנגענעם דאנערשטאג תולדות האט דער רבי שליט"א פאררופן אן אסיפה מיט עטליכע מקורבים ומשמשים בקודש, צווישן זיי הרב הערשל כ"ץ הי"ו, הרב שאול גרינבערגער הי"ו, הרב בן ציון שטאנגער הי"ו, און דער דיין הגה"צ רבי ישראל מיללער שליט"א דומ"ץ קרית וויזניץ. באותו מעמד האט דער רבי שליט"א איבערגעגעבן רצון קדשו אז בנו הצעיר הגה"צ רבי יעקב מרדכי שליט"א זאל איבערנעמען די כתר הרבנות אלס רב ומורה דרך פאר חסידי וויזניץ אין ארצות הברית און קאנאדע, אשר יצא לפניהם ואשר יבוא לפניהם בדרך אבותיו הגדולים, צו באגלייטן פונדערנאנט די בליה און וואוקס פון די קהילות הקודש בכל עיר ועיר, דער רבי שליט"א האט אויסגעפירט מיט א פערזענליכע בקשה פאר די אנוועזנדע צו אויספירן זיין שליחות בנאמנות אויפן בעסטן אופן על צד היותר טוב.


די פרטים ארום די עמטליכע מעמד התמנות, וועלן אין די קומענדיגע טעג געמאלדן ווערן, מיטן האפענונג אפצורעכטן דער מעמד ההכתרה שוין אין די נאנטע וואכן אינעם רבינס הויף אין קרית וויזניץ בני ברק, מיטן השתתפות פון אלע דייני וראשי הקהילות פון אמעריקא. גלייכצייטיג וועט דער נייער רב שליט"א שוין אין די נאנטע וואכן אפרעכטן אפטע באזוכן תמידים כסדרם קיין אמעריקא, אויף שבתים ומאורעות צווישן די שטעט, צום צופרידנהייט פונעם ציבור.


דער רב שליט"א וועט קובע זיין מקום משכנו אין שטאט מאנסי, וואו עס איז פארהאן איינס פון די גרעסטע און שענסטע וויזניצער קהילות און הערליכע בליענדע מוסדות התורה, און פון דארט וועט בעז"ה זיין מצודתו פרוסה אויף אלע קהילות הקודש ברחבי ניו יארק, ניו דזשערזי און קאנאדע.


דער נייער רב הגה"צ רבי יעקב מרדכי האגער שליט"א, איז אלט ניין און פערציג יאר, ער איז דער דריטער זון פון מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א. אין זיינע בחור'ישע יארן האט ער געלערנט אין די ישיבות ערלוי און נזר התורה, ולשבחו יאמר, זייענדיג אזוי געטריי און איבערגעגעבן לימין אביו הגדול דער רבי שליט"א אין יענע שווערע זמנים וואס דער רבי האט געוואנדערט גולה אחר גולה כידוע.


דער רב שליט"א איז נישט קיין פנים חדשות אין אמעריקא, מיט קרוב צו דרייסיג יאר צוריק, בשנת תשנ"ח, האט ער חתונה געהאט אין אמעריקא, ווערנדיג אן איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מקאסאן לעיקוואד שליט"א, וועלכע האט דאן געוואוינט אין שטאט בארא פארק. נאך די חתונה האט ער געוואוינט אין בארא פארק פאר עטליכע יאר, וואו ער האט אנגעקניפט א נאנטן קשר מיט די ארטיגע חסידים וועלכע זענען אלע געבליבן צוגעבונדן בעבותות אהבה ובאותות הערצה.


שפעטער ווען ער האט זיך געצויגן קיין ארץ ישראל, האט ער געדינט אלס מגיד שיעור עיון אין ישיבת אמרי חיים וויזניץ אין בני ברק, און במשך לאנגע יארן האט ער איבערגעגעבן שיעורים אין הלכה בעיון אינעם גרויסן ביהמ"ד, וואו ער האט קונה געווען א כתר שם טוב מיט זיין צוגעלאזנקייט און מאור פנים לכל דורש ומבקש.


מיט ארום זעקס יאר צוריק, חודש אלול שנת תש"פ, איז ער אויפגענומען געווארן דורך אביו הגדול דער רבי שליט"א אלס רב פון די וויזניצער קהילה אין שטאט אלעד, וואו ער שטייט דורכאויס די אלע יארן, כולם שווים לטובה, בראש הקהילה בנאמנות יתירה, שליח עושה שליחותו פון זיין טאטן דער רבי שליט"א אין אלע ענינים. אין די זעלבע צייט איז ער שטארק אקטיוו אין יעדן דבר קטן וגדול אשר בשם וויזניץ יכונה, באזונדער איז ער אינסטרומענטאל אין אלע עניני הנהגת הקהלות והמוסדות אין אמעריקא אנקניפנדיג א פערזענליכן שייכות מיט די ראשי הקהילה.


ספעציעל צייכנט זיך דער רב שליט"א אויס מיט זיין געוואלדיגע כיבוד אב, און טוט זיך איבערגעבן בכל נימי נפשו למען בריאות גופו הטהור פונעם רבי'ן, ובפרט אין די לעצטע צוויי יאר ווען דער רבי איז ליידער נישט בקו הבריאות, גיט ער זיך אינגאנצן אוועק, באגלייטנדיג די שווערע דורכגאנג אויף טריט און שריט.



אצינד איז געקומען די זמן גרמא ווען דער רבי שליט"א האט באשלאסן להניח עטרה על ראשו, מיט אלע פונקציעס פון א רב, כי אב״ד נאמן קראת לו, כליל תפארת בראשו נתת, אנהייבנדיג א נייע גאלדענע תקופה פאר וויזניצער חסידים תושבי אמעריקא וועלכע קוקן שוין ארויס מיט שפאנונג און פרייד צו דעם פריידיגן מאמענט, מיט א ווארעמע ברכה אל מול פני הקודש פונעם רועה נאמן מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א - יאריך ימים על ממלכתו הוא ובניו בקרב ישראל.

תגובות


bottom of page