top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

תושבי אנטווערפן מיטגעהאלטן געהויבענעם שבת און ערשטע ליכטל חנוכה בצל האד' מוויזניץ לאנדאן

  • Bechatzros admin
  • לפני 20 שעות
  • זמן קריאה 3 דקות

דינסטאג פ' ויגש • ג' טבת תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

בילדער קרעדיט: JDN

תושבי אנטווערפן האבן געהאט די זכי' און הנאה של קדושה מיטצולעבן א געהויבענעם רוחניות'דיגע, שבת בצלא דמהימנותא פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ לאנדאן שליט"א, וועלכער איז אנגעקומען אויף א באזוך אין שטאט, כמידי שנה בשנה מאציל צו זיין מהודו והדרו בקרב עדת תושבי העיר, ביי דעם געהויבענעם שבת וואס איז פארוואנדלט געווארן אין א קוואל פון חיזוק פאר תושבי אנטווערפן וואס האבן געשטראמט אין די מאסן צום בית רחל זאל מיטצוהאלטן די געהויבענע תפילות און לעכטיגע טישן.


דער רבי שליט''א איז אנגעקומען אין שטאט דאנערשטאג נאכמיטאג, און ביינאכט איז פארגעקומען א מעמד קבלת פנים לכבודו אין די כולל ערב דחסידי וויזניץ לאנדאן אין שטאט, וואו עס האבן זיך משתתף געווען די רבנים פון שטאט.


פרייטאג ערב שבת נאכן דאווענען האט די רבי אפגעשטאט א באזוך ביי מחותנו כ''ק האדמו''ר מפשעווארסק שליט''א וועלכער האט מקבל פנים געווען דעם רבי'ן מיט א שמחה גדולה. 


אויף שבת זענען געקומען צו פארן א שיינעם ציבור חסידים פון לאנדאן אריינגערעכנט די תלמידי ישיבה גדולה תורת מרדכי וויזניץ.


דורכאויס שבת איז די רבי צוגעגאנגען צו גרויס טייל פון די תפילות לכבוד די שבת בעפאר די יארצייט פון הרבנית אמא של מלכות, אשת חבר הרה''ק בעל תורת מרדכי מוויזניץ זצ''ל.


ווען די רבי שליט"א איז ערשינען אינעם זאל צו תפילת המנחה בפניא דמעלי שבתא איז דער זאל שוין געווען געפאקט עד אפס מקום. צו מנחה האט די רבי צוגעשיקט הגה''צ רבי חיים יוסף דוד ווייס דומ''ץ סאטמאר אנטווערפען, צו קבלת שבת אין מעריב האט די רבי שליט''א יורד געוועהן לפני התיבה, נאכן דאווענען איז מען דורך זאגן שבת אין שלום נעמען. 


צום באשטימטער צייט איז די רבי אריינגעקומען צום טיש ס'האבן זיך דערביי אנגעזען די חשוב'סטע אידן וואס די שטאט אנטווערפן פארמאגט, פון אלע שיכטן און קרייזן, אין שפיץ פון די רבני העיר. די רבי האט מכבד געוועהן די באטייליגטע רבנים מיט די זמירות צווישן זיי, הרה''ג רבי שמואל לוריא דומ''ץ וויז'ניץ אנטווערפען, הרה''ג רבי אשר חיים שטערנבוך אב''ד אהל יעקב ודומ''ץ מחזיקי הדת און הגאון רבי בנימין פאגעל ראש ישיבה קטנה וויז'ניץ אנטווערפען. מיטן בענטשן האט די רבי מכבד געווען כ"ק אדמו"ר משאץ אנטווערפען שליט''א


שבת צופרי איז די רבי צוגעגאנגען צו שוכן עד, ביי קריאת התורה האבן עולה געוועהן די נדיבים בעם וועלכע האבן געשנאדערט גרעסערע סכומים להוצאת השבת, נאכן ליינען די רבי האט חודש געבענטשט מיט גרויס התעוררות.


די סעודה שבת צופרי האט די רבי געגעסן בבית האכסניא אין שטוב פון הנגיד ר' אברהם גאטעספעלד, און נאכן סעודה איז די רבי אריבער זיך משתתף זיין ביים מיטאג טיש ביי כ''ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט''א וואו עס איז אנטוויקלט געווארן שיינע שמועסן בדברי תורה וסיפורי צדיקים.


ביי שלש סעודות האט די רבי משמיע געוועהן דברי אלוקים חיים כהכנה צום יום טוב חנוכה, און די רבי האט געבענטשט ברכת המזון על הכוס.


מוצאי שבת האט די רבי געמאכט הבדלה אין שטוב פון בנן של קדושים הנגיד ר' שלום אנגלשטיין אין שפעטער באנאכט איז פארגעקומען א רייכע מסיבת מלוה מלכה אין א דינער לטובת די וויזניץ מוסדות אין לאנדאן צו דעקן די צוויי גאר קאסטבארע אונטערנעמונגען, פאר די נייע בניני המוסדות.


זונטיג אויפדערנאכט דעם ערשטן ליכטל חנוכה האט מען ווידער זוכה געווען מיטצולעבן געהויבענע מאמענטן ביים מעמד הדלקת נרות חנוכה וואס איז געפראוועט געווארן אינעם בית רחל זאל, ווען די רבי שליט"א האט מעלה געווען השלהבת און אנגעצינדן די חנוכה לעכט במעמד קהל רב אין מיט די השתתפות פון די צענליגער רבני ודייני העיר, די רבי האט געמאכט די ברכות מיט א התלהבות אש, און דערנאך געזאגט די זמירות, דערנאך האט די רבי משמיע געווען מדברות קדשו מעניני דיומא און פארטיילט חנוכה געלט פאר די הונדערטער תושבי העיר.


ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

bottom of page