נקדמה פניו בתודה: מסיבת קבלת פנים אפגעהאלטן געווארן דורך ק"ק בעלזא אין הר יונה לכבודו פון האד' מוויזניץ לאנדאן
- לפני 3 שעות
- זמן קריאה 1 דקות
מיטוואך פ' עקב • ט"ו אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: י"ח כהן,JDN
אין קרית בעלזא אין הר יונה - נוף הגליל איז די וואך אפגעראכטן געווארן א שיינער קבלת פנים לכבוד כ"ק אדמו"ר מוויזניץ לאנדאן שליט"א, וועלכער וויילט די יעצטיגער וואכן אין שטאט למנוחת הנפש.
דער רבי שליט"א איז אנגעקומען צום בית המדרש המרכזי דחסידי בעלזא, וואו ער האט געדאוונט תפילת מעריב אינאיינעם מיט א גרויסן ציבור חסידי בעלזא און איינוואוינער פון דער שטאט, וועלכע זענען געקומען מקבל פנים זיין דעם חשוב'ן גאסט.
ביים אנהייב פונעם מעמד האט הרה"ג רבי נפתלי אופמאן שליט"א, דומ"ץ בעלזא הר יונה, באגריסט דעם רבי'ן מיט ווארעמע דברי ברכה און אויסגעדריקט די התרגשות פונעם ציבור אז צדיק זה בא לבית מלוני.
דערנאך האט דער רבי שליט"א משמיע געווען דברות קודש. דער רבי האט פותח געווען בכבוד האכסניא שאר בשרו כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א און קהילת בעלזא, און אויסגערימט די הערליכע אנטוויקלונג פון דעם ישוב נוף הגליל, וואונטשנדיג אז די קהילה זאל ווייטער ממשיך זיין זיך צו בליען אין א בחינה פון מוסיף והולך. שפעטער האט דער רבי ארומגערעט דברי חיזוק מעניני דיומא איבער די טעג פון בין המצרים. צום שלוס פונעם מעמד איז דער ציבור אריבער שלום נעמען פונעם רבי'ן שליט"א.














