השלם זה הבנין: פייערליכע קייט מאורעות בק"ק וויזניץ לאנדאן צו באנייאונג פון נייעם בנין המפואר דישיבה גדולה
- לפני שעה
- זמן קריאה 2 דקות
מאנטאג פ' ויקהל פקודי • כ' אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש

מיט גרויס עקסטאז רישן זיך קהל עדת חסידי וויזניץ לאנדאן מיטצולעבן ימי אורה וגילה לרגל די חנוכת הבית פונעם נייעם גיגאנטישן בנין פון די ישיבה גדולה "בית ישראל" וויזניץ לאנדאן אינעם ענפיעלד געגנט, דער בנין נהדר ומפואר "זכרון יהודה" וואס איז אויפגעבויט געווארן לזכרונו הטהור פון הרה"ק רבי יהודה'לע דזשיקובער זצ"ל.
די חנוכת הבית וועט געפייערט ווערן אין א קייט פון מאורעות נרגשות וואס וועט צונויפזאמלען חסידים ומעריצים און פילצאליגע נדיבי לב בוני הבית פון איבער דער גארער וועלט וואס וועלן קומען צו פארן לשוש ולשמוח און נעמען אין פערזענליכע חלק אין די זעלטענע הרחבת גבולי הקדושה אין די ממלכת החינוך תחת נשיאות פונעם מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מוויזניץ לאנדאן שליט"א, ווען דער הויכפונקט וועט זיין דער שבת מלא התרוממות אינאיינעם מיט'ן רבי'ן שליט"א בעיר הקודש ליזענסק, דעם היינטיגן שבת ויקהל פקודי, שבת החודש.
די סעריע מאורעות וועט זיך אנהייבן דעם קומענדיגן דאנערשטאג אין שטאט לאנדאן, וואו עס וועט געפייערט ווערן די חגיגת "הכנסת ספר תורה" צו די נייע ספר תורה וואס וועט אריינגעפירט ווערן צום ביהמ"ד הגדול וויזניץ לאנדאן, און שפעטער אריבערגעפירט און גענוצט ווערן בקביעות אינעם נייעם בנין הישיבה.
די ספר תורה ווערט אריינגעגעבן דורך הרבני הנכבד ר' יעקב יושע פיש הי"ו, דעם רבי'נס בעל אכסניא אין מאנסי, וואס ער האט געלאזט שרייבן לע"נ אביו הרה"ח ר' אברהם אלתר פיש ז"ל, און עס זענען ערווארטעט פילצאליגע געסט מבני המשפחה פון ניו יארק לכבוד המאורע.
מיטאג צייט וועט פארקומען דער מעמד "סיום כתיבת האותיות", און שפעטער נאכמיטאג וועט די ספר תורה ארויסגעפירט ווערן מביתו נאוה קודש פונעם רבי'ן לרחובה של עיר, אויפ'ן וועג צום ביהמ"ד הגדול וויזניץ, וואו דער רבי וועט מעריך זיין די ריקודין עילאין בשמחת התורה.
דערנאך וועט אפגעראכטן ווערן דער גייסטרייכער דאפלטער מעמד, סעודת מצוה לגומרה של תורה, קאמבינירט מיט'ן מעמד חנוכת הבית, וואו מ'וועט זוכה זיין צו הערן די דברות קודש פונעם רבי'ן שליט"א לכבוד המאורעות.
שפעטער ביינאכט וועט זיך דער רבי ארויסלאזן אין וועג צום לופטפעלד, אפצורייזן צום שבת התרוממות אין שטאט ליזענסק, בהשתתפות פון אריבער 200 נדיבי בעם פון איבער דער וועלט, וואס האבן בייגעשטייערט פון 10 טויזנט פונט און העכער פאר'ן נייעם בנין הישיבה.
דאנערשטאג נאכט וועט מען אנקומען קיין ריישא, און תיכף צופארן קיין ליזענסק, וואו דער רבי וועט מעריך זיין דעם שבת אויף א פערזענליכן פארנעם מיט די נדיבים בעם וואס וועלן זוכה זיין מיטצולעבן די געהויענע תפלות און טישן בצל הקודש, באתרא קדישא ליזענסק סמוך ונראה צום ציון הק' פון הייליגן רבי ר' אלימלך זי"ע.
מוצאי שבת נאך חצות וועט דער רבי שליט"א אינאיינעם מיט'ן ציבור ארויפגיין צום ציון הק' און אפרעכטן דער מעמד בקשת רחמים און מעתיר זיין למען הכלל והפרט.












תגובות