התורה אשר שם משה: פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך מיט קלארע פסק הלכה איבער באנייע שערוריה פון "בראקל עופות"
- לפני שעתיים (2)
- זמן קריאה 1 דקות
דאנערשטאג פ' בהעלותך • י''ט סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

אין די יעצטיגע וואכן איז די עולם התורה וההלכה פון פריש ערוועקט געווארן אין די פארוויקלטע שערוריה פון די "בראקל עופות", ווען עס זענען אויפגעקומען פרישע ידיעות איבער די ביז יעצטיגע מסורה'דיגע עופות, און עס האט זיך געשאפן א פרישע הלכה'דיגע טומל און פארזוך אריינצוברענגען די בראקל עוף.
אין די לעצטערע טעג איז ארויף במעונו פונעם פוסק הדור מרן הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א בעל תשובות והנהגות, הגאון רבי שלמה ידידיה זעפראני אב"ד כתר תורה, פארלייגנדיג די פריש-אויפגעקאכטע פולמוס און חששות קעגן די געווענליכע עופות, בעטנדיג דעם גאון צו לאזן הערן דעת תורתו הבהירה איבער דעם נושא.
הגאון ר' שלמה ידידיה האט אויפגעברענגט אז די שערורי' האט זיך שוין אייגנטליך געקאכט עטליכע יאר צוריק, ווען געוויסע האבן געוואלט אסר'ן די געווענליכע עופות און אנשטאט אריינברענגען דעם בראקל עוף, און דער פוסק הדור האט בשעתו אראפגעשיקט א שליח מיוחד צו די הינער פארמס און בתי שחיטה, צו זען פונדערנאנט דעם גאנצן פראצעדור ווי אזוי זיי ווערן געבוירן און געהאדעוועט, און האט דאן געלאזט הערן זיין אומצוויידייטיגע הוראה אז די געווענליכע עופות האבן נישט קיין שום חשש ופקפוק, ויאכלו ענוים וישבעו.
אבער לעצטנס איז פארשפרייט געווארן פרישע מודעות פון אזעלכע וואס ווילן אסר'ן די געווענליכע עופות און האבן פון פריש מעורר געווען א טומל און צעמישעניש אין די אידישע גאס, דעריבער וויל ער הערן קלאר פונעם גאון צי די הוראה איז נאך אלץ בתוקפו.
דער גאון האט אויף דעם געענטפערט, טוענדיג ווידערהאלן זיין פסק הלכה ודבר ה' ברמה מיט א פעסטקייט אז זיין פסק פון דעמאלט איז נאך קאי וקיים בתוקפו, און מ'קען ווייטער עסן די געווענליכע עופות בלי שום פקפוק.

