טויזנטער אידן אינאיינעם מיט גדולי התורה והחסידות שטראמען למעונו פונעם פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך דורכאויס ימי המועד
- לפני שעתיים (2)
- זמן קריאה 2 דקות
מאנטאג פ' טהרה • כ"ו ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש

רבבות עמך בית ישראל, אינאיינעם מיט פילע גדולי התורה והחסידות, האבן געשטראמט במשך די ימי חג הפסח למעונו פון מרן פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט״א, אויף די קצנלבוגן גאס אין ירושלים. דאס באשיידענע דירה פונעם גאון איז פארוואנדלט געווארן אין א תל־תלפיות פאר די טויזנטער וואס זענען געקומען מקיים זיין די מצוה פון "הקבלת פני רבו ברגל".
אין די שעות פארן זמן כניסת החג האט דער גאון שליט״א כמנהגו אפגעראכטן די "עירובי חצירות", מזכה צו זיין אלע איינוואוינער פון עיר הקודש ירושלים, אזוי ווי עס איז דער מנהג פון די רבני העיר. א באזונדערע התרגשות'דיגע סצענע איז געווען ווען עס איז אנגעקומען דער פערזענליכער שליח פון כ״ק אדמו״ר מתולדות אהרן שליט״א, איבערגעבנדיג "מצות מצוה“ וואס זענען געבאקן געווארן ערב פסח נאך חצות היום, ספעציעל פארן פוסק הדור.
במשך די ימי החג זענען אפגעהאלטן געווארן עטליכע וויכטיגע אסיפות אין שטוב. א ספעציעלע זיצונג איז אפגעהאלטן געווארן פאר די מיטגלידער פון ועד ההנהלה, הכשרות און השחיטה פון די "עדה החרדית", בראשות פונעם זקן חברי הבית דין צדק הגאון רבי אברהם יצחק אולמאן שליט״א. די חברי הועד זענען געקומען אנפרעגן א צאל שאלות אין פארשידענע ענינים העומדים על הפרק.
ביי א באזונדערע געלעגנהייט איז פארגעקומען די צענטראלע "הקבלת פני רבו" פאר די רבנים און אברכים פון די כולל נעץ "תשובות והנהגות", אונטער די נשיאות פונעם פוסק הדור. ביי דעם מעמד האבן אויך אנטיילגענומען די שרי התורה חברי בד״ץ העדה החרדית.
במיוחד האבן די בחורי הישיבה פון בית שמש, די תלמידים כבנים פונעם גאון זוכה געווען צו א זעלטענע נאנטשאפט, ווען זיי זענען אריינגעקומען צום פוסק הדור און געהערט דברי חיזוק צום קומענדיגן זמן הקיץ הבעל״ט.
צווישן די פילע אדמו״רים וואס זענען געקומען באזוכן, האט ארויסגעשטאט דער באזוך פון כ״ק אדמו״ר מפינסק קארלין שליט״א. ביי די שמועס איז אויפגעברענגט געווארן דער נושא וויאזוי דער מנהג איז צו ווינטשן חול המועד, ‘גוט מועד’ אדער ‘גוט יום טוב’?“ אויף וואס דער פוסק הדור האט גלייך געענטפערט אז אין ירושלים זאגט מען ‘גוט יום טוב’, און אין חוץ לארץ זאגט מען ‘גוט מועד’.
צווישן די צענדליגער חשוב׳ע געסט האבן זיך אנגעזעהן האדמו״רים ממאחנובקא בעלזא, דושינסקיא, אונגוואר, סוכוטשוב, און פוריסוב. אזוי אויך די רבנים הגאונים: רבי יצחק סורוצקין ראש ישיבת טעלז אין קליוולאנד, הגה"צ רבי משה קאהן ראש ישיבת תולדות אהרן, הגאון רבי אשר אריאלי שליט"א ר"מ בישיבת מיר, הגאון רבי נפתלי קופשיץ רב שכונת נחלמה ומנוחה אין בית שמש, ההגאון רבי יעקב אליעזר שווארצמאן מראש ישיבת בית מדרש גבוה אין לעיקוואד.
און די חברי הבית דין צדק העדה החרדית ווי פריער דערמאנט הגאונים רבי אברהם יצחק אולמאן, רבי חיים אורי פריינד, רבי יהודה פישער, רבי נתן הכהן קופשיץ, רבי שמואל בראנדסדורפער, רבי אהרן בראנדסדורפער, אין צוגאב צו נאך צענדליגער רבנים און דיינים פון די עדה החרדית.




































































תגובות