top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

צענדליגער שוחטים פון די עדה החרדית געצייגט זייער חלפים פארן פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך שליט"א

לפני 41 דקות
זמן קריאה 1 דקות

מוצאי שבת פ' האזינו • ח' תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער

כמידי שנה בשנה אין די טעג פון עשרת ימי תשובה זענען ארויפגעקומען למעון תורתו פונעם פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט''א בעל תשובות והנהגות די צענדליגער שוחטים ובודקים פונעם "וועד השחיטה שע"י העדה החרדית", וואו דער פוסק הדור האט בודק געווען די "שחיטה מעסער'ס" פון אלע שוחטים, סיי פון די שוחטים א גאנץ יאר און בפרט די שוחטים וועלכע שטייען ביים מנהג הכפרות אום ערב יום הקדוש. דער גאון האט א לענגערע צייט איבערגעקוקט די חלפים פון פגימות, וואו די שוחטים זענען דורך איינציגווייז יעדער מיט זיין חלף, און דער גאון האט דאן ארומעגערעט בשבחו פונעם שחיטה המהודרת פון די עדה החרדית און ווארעם אנגעוואונטשן די שוחטים.



תגובות


bottom of page