ברוך הבא: מסיבת קבלת פנים לכבודו פון האד' מלעלוב אין בארא פארק
לפני שעתיים (2)
זמן קריאה 1 דקות
מאנטאג פרשת תולדות • כ"ח חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אברומי בערגער,JDN
נעכטן זונטאג אינדערפרי פארטאגס שעה'ן האט כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א געלאנדעט אין ניו יארק לרגל די שמחת החתונה פון אן אייניקל וואס קומט פאר היינט אויפדערנאכט אין שטאט בארא פארק. צופרי איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין די לעלובער בית המדרש דקהל בית דוד אין בארא פארק בנשיאותו, וואו מען האט זיך געשטעלט דאווענען שחרית, נאכגעפאלגט מיט א שיינע מסיבת לחיים און מעמד קבלת פנים ביי וועלכע מען האט געזונגען ניגוני שמחה. דער רבי שליט"א האט משמיע געווען דברות קודש מעניני דיומא, און די חסידים זענען אדורך שלום נעמען, וואו דער רבי האט יעדעם באגריסט בצהלת פנים.















תגובות