הכנה דרבה צום גרויסארטיגן שמחת בית צדיקים אין קרעטשניפער הויף
מאנטאג פרשת תולדות • כ"ח חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

חסידי קרעטשניף רוישן מיט שמחה און עקסטאז צו די גרויסע שמחת הנישואין בחצר הקודש וואס וועט געפראוועט ווערן דעם קומענדיגן מיטוואך ויצא אין בני ברק, ווען עס וועט גיין אונטער די חופה אן אייניקל ביים רועה נאמן כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף שליט"א, החתן פע"ח הרב מאיר שלום ראזענבוים בנו הצעיר פון דעם רבינס עלטסטן זון הגה"צ רבי דוד משה ראזענבוים אבד"ק קרעטשניף, איידעם פון כ"ק אדמו"ר מדזיקוב וויזניץ שליט"א, עב"ג די כלה א טאכטער פון הרה"צ רבי שלום מאסקאוויטש שליט"א זון פון כ"ק אדמו"ר ממעליץ שליט"א און איידעם פון כ"ק אדמו"ר מדעעש שליט"א.
אין די פארבליבענע קארגע וואך צו די ימי השמחה זעט זיך שוין אן די גרויסע הכנות בחוצות קריה, אין קרית קרעטשניף רחובות, ווען די חסידים גרייטן זיך מיט אן הכנה דרבה צו די מרוגש'דיגע עידן חדוותא, שטייענדיג נאנט צו צען יאר וואס דער מחותן דער קרעטשניפער רב שליט"א האט דאס לעצטע מאל חתונה געמאכט א קינד.
די ימי השמחה וועלן זיך אנהייבן דעם שבת קודש פרשת תולדות ביים שבת עליה לתורה, וואס וועט אפגעראכטן ווערן אויף א גרויסע פארנעם מבואו ועד צאתו, אינעם נייעם גרויסן היכל השולחנות ווערט ספעציעל באנייט לקראת די שמחה ברוב פאר והדר, נאך לאנגע חדשים וואס די עסקנים האבן אריינגעלייגט איבערמידליכע כוחות איבערצובויען דעם היכל בתכלית היופי וההידור, וואס וועט פארטאפלן דעם היכל אויף טאפלט ווי איר איצטיגע גרויסקייט.
באזונדער ווערט איינגערישט א מאסיווע אש"ל אפאראט פאר די פילע געסט וואס וועלן קומען צופארן פון אלע שטעט און אזוי אויך פון אויסלאנד מיטצוהאלטן דעם שבתא דריגלא במחיצת הקודש אין קרית מלך רב, מוצאי שבת נאך שלש סעודות וועט נאכפאלגן די פייערליכע שמחת הפארשפיל בתופים ובמחולות.
דינסטאג ויצא וועט פארקומען די שמחת החתן מאהל כנהוג, אינעם נייעם היכל השולחנות אין קרית קרעטשניף רחובות, און צומארגנס מיטוואך ח' כסליו וועט צום הויכפונקט פון די ימי השמחה, געפראוועט ווערן די חתונה הגדולה אינעם גרויסן מאחנובקא בעלזא ביהמ"ד אין בני ברק, וואו מאסן חסידים קוקן ארויס מיטצוהאלטן די שעות של שמחה ותענוג רוחני, אנגעהויבן פון די מעמד הקבלת פנים ביז נאך די מעמד המצווה טאנץ.
די חתונה וועט נאכפאלגן מיט א פרייליכע קייט פון שבעת ימי המשתה, צווישן זיי וועט פארקומען א שבע ברכות ספעציעל געייגענט פאר די נדיבים וואס האבן בייגעשטייערט סכומים הגונים פאר די גרויסע הוצאות וואס אזא גרויסע שמחה קאסט אפ בדמים תרתי משמע.
באזונדער וועט מאנטאג וישלח פארקומען א גרויסע שמחת השבע ברכות ספעציעל געאייגענט פאר די הונדערטער בחורי חמד ותלמידי הישיבות הקדושות, וואס טון שוין וואכן לאנג זיך צוגרייטן צו די געהויבענע עת משוש מיט'ן לערנען טויזנטער שעות רציפות, וואס מען וועט דאן איבערגעבן אלס דרשה געשאנק קמי מלכא ביים שבע ברכות.
די צענטראלע שבע ברכות לכל קהלא קדישא וועט אפגעראכטן ווערן ביים נעילת ימי השמחה מיטוואך וישלח אינעם גרויסן היכל השולחנות בקול צהלה ורינה.
אין די יעצטיגע טעג טון די וועד המארגן בחצר הקודש קרעטשניף און צוזאמענארבעט מיט די עסקנים בחצר הקודש דזיקוב וויזניץ אויסארבעטן אלע פלענער און הכנות לקראת די גרויסע שמחה, אז אלעס זאל קלאפן על צד היותר טוב, גלייכצייטיג טון די משוררים בחצרות הקודש קרעטשניף און דזיקוב וויזניץ זיך גרייטן אין די יעצטיגע טעג לקראת די ימי השמחה מיטן אויפפרישן ניגונים חדשים גם ישנים, און ספעציעל עטליכע נייע ניגונים וואס זענען פארפאסט געווארן לכבוד די דאזיגע חתונה.
עקסטער ערשיינט לקראת די שמחה א גאר אינהאלסטרייכע ספר "חסיד כהלכה" וואס אנטהאלט א ליקוט נפלא פון מנהגי בית קרעטשניף מסודר דבר דבר על אופנו מיט די פונקטליכע מקורות אין הלכה מפי ספרים וסופרים, און אזוי אויך נאך א צאל קונטרסים און חיבורים וואס וועלן ערשיינען לקראת די שמחה הרוממה.










תגובות