top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ק"ק סאטמאר וומסב''ג פייערט הערליכע סיום מסכת בבא קמא והתחלת מסכת בבא מציעא אין ראם פון חבורת "יסודי התורה"

לפני שעה (1)
זמן קריאה 2 דקות

מאנטאג פרשת תולדות • כ"ח חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שאט די דאט

בחדותא דאורייתא האבן טויזנטער חסידי סאטמאר אין וויליאמסבורג וואס זענען אנגעשלאסן אין די בארימטע חבורה "יסודי התורה" געפייערט דעם יומא טבא לרבנן נאכן מסיים זיין מסכת בבא קמא און גלייכצייטיג אנצוהייבן מסכת בבא מציעא, וואו מ'האלט אצינד אויפ'ן סדר הש"ס.


דערביי האט מען זיך משמח געווען בשמחת התורה ביי די גרויסע מעמד הסיום וואס איז אפגעראכטן געווארן דעם מוצאי שבת אין די זאלן פון "קאנטינענטאל", וואו עס איז געווען צוגעגרייט א רייכע סעודת מלוה מלכה, מיט א גייסטרייכן סדר היום פון בעלי דרשנים, וואס דער הויכפונקט דערפון איז געווען די דברות קודש וואס מ'האט געהאט די זכי' צו הערן פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א נשיא החבורה וואס איז ספעציעל אריינגעקומען קיין וויליאמסבורג צו באשיינען די מעמד. דער יושב ראש המעמד איז געווען דער באקאנטער משמח אלוקים ואנשים הר"ר נחמן ליווי הי"ו, און אלס נואם הכבוד האט אויפגעטרעטן הרה"צ רבי יעקב יוסף טווערסקי שליט"א, בן כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, וועלכער האט איבערגעגעבן א הפלא'דיגע דרשה לכבוד התורה ולומדיה.


בשעת זיין דרשה איז דער רבי שליט"א ערשינען צום מעמד און זיך געוואשן צום סעודת סיום מסכת בבא קמא.


ביים וואונטשן לחיים האט דער רבי ספעציעל אנגעוואונטשן די פטרוני החבורה, הרבני הנגיד ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו, הרבני הנגיד ר' אברהם בראך הי"ו ובנו הרבני הנגיד ר' יחזקאל שרגא בראך הי"ו, און די חברי הנהלת החבורה.דערנאך האט דער יושב ראש הרה"ח ר' נחמן ליווי הי"ו, ארויפגערופן הנגיד ר' מענדל קויפמאן הי"ו, חבר הנהלת חבורת יסודי התורה פון וויליאמסבורג, אויפצוטרעטן מיט א דרשה בשם הנהלת החבורה.


דאן האט דער רבי שליט"א משמיע געווען די משא המעמד, אנגעהויבן מיט א הערליכן דרוש בפרשת השבוע, און ארומגערעט איבער די וויכטיגקייט פון חזרן די לימודים.


דער רבי האט ממשיך געווען און פארציילט א מעשה רב ווי זיין פעטער הרה"ק מסאטמאר זי"ע האט אים אלס קינד פארהערט אויף די לימודים און אנגעזאגט אז מען דארף לערנען מיט'ן רא"ש.


דער רבי האט ארויסגעברענגט אז חבורת יסודי התורה איז געגרינדעט געווארן ל"ג בעומר תשס"ו, און במשך די יארן האבן זיך די לומדי החבורה פארמערט בכמות ובאיכות. היינט צוטאגס פארמאגט יעדע קהילה בישראל א חבורה אויף לימוד התורה, און דאס איז אלעס תולדות פון חבורת יסודי התורה. דער רבי האט ארויסגעברענגט אז עס איז א פערזענליכע שמחה אז אזויפיל טויזנטער אידן לערנען היינט צוטאגס בלעטער גמרא און מסכתות הש"ס, און עס איז דא א שטארקע אכשר דרא בנוגע לימוד התורה.


מען האט דאן געזינגען ניגוני לימוד התורה מיט גרויס התעוררות. דערנאך האט דער רבי געמאכט דעם סיום אויף מסכת בבא קמא און אנגעהויבן מסכת בבא מציעא, און דערנאך געזאגט קדיש, וואס האט נאגעפאלגט מיט פייערליכע טענץ לכבוד התורה וואס האט אנגעהאלטן א לענגערע וויילע. צום שלוס פונעם מעמד האט דער רבי מכבד געווען מיט'ן בענטשן הרבני הנגיד ר' אברהם בראך הי"ו מעמודי התווך פון די חבורה.



תגובות


bottom of page