התרגשות'דיגער מעמד הכנה לקבלת התורה פאר הונדערטער לומדי תורה פון כוללי "תשובות והנהגות"
- לפני שעה (1)
- זמן קריאה 3 דקות
מיטוואך פ' נשא ב' • י''א סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר, JDN
אין די טעג בעפאר יו"ט שבועות איז פארגעקומען א מעמד אדיר לכבודה של תורה, פאר די הונדערטער חברי ורבני כולל "תשובות והנהגות" בהתאסף רבנן ותלמידיהון, אין שפיץ פונעם מייסד ונשיא הכוללים מרן פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א בעל תשובות והנהגות.
דער מעמד אדיר איז פארגעקומען אין א פראכטפולן זאל וואס האט אקאמאדירט די לומדי הכוללים בליעה"ר פון אלע זעקס סניפי הכוללים, אריינגערעכנט די צוויי פרישע סניפים פון בית שמש רמה ד' 3 און מודיעין עלית וואס זענען ניתוסף געווארן היי יאר תשפ"ו.
אנהייב פונעם מעמד האט מען געהערט א ווארימע דרשה פון הגאון רבי שלום בער סורוצקין שליט"א ראש ישיבת עטרת שלמה, וואס האט בראשית דבריו ארומגערעדט איבער די זכיה פון די חשוב'ע לומדי תורה צו לערנען אין די כוללים פונעם פוסק הדור שליט"א וואס פארשפרייט דעם פייער פון תורה איבעראל.
דאן האט מען געהערט א פייערדיגע דרשה פונעם בארימטן משפיע הרה"צ רבי נחמן בידערמאן שליט"א, וואס האט געשילדערט דעם געהויבענעם דמות פונעם פוסק הדור ווי דער משה רבינו פונעם דור וואס זיצט אצינד דא מיט אונז און גרייט צו די לומדי התורה לרגל דעם יום טוב שבועות. דער משפיע האט מרחיב געווען בגודל מעלת לימוד התורה ווען אלעס שלינגט מיט דורשט יעדע ווארט.
דערנאך האט מען געהערט א ווארימע דרשה פונעם משפיע הרה"צ רבי יהודה דייטש שליט"א, וואס האט ציטירט פילע ראיות פון חז"ל איבער די געוואלדיגע ענין פון הקבלת פני רבו ברגל, און ארויסגעברענגט די חשיבות פון די הונדערטער תלמידי חכמים וואס זענען זוכה להתחמם לאורו פונעם פוסק הדור, וואס האט נאך געלערנט און מקבל געווען תורה ביי די גדולי ישראל פון גאנצע פיר דורות צוריק, משה קיבל תורה ומסרה לאורך ימים ושנים טובות.
א חרדת קודש האט זיך געשפירט אין זאל ווען דער פוסק הדור שליט"א האט אנגעהויבן די ווארימע דברות קודש פון טיפן הארץ פאר זיינע תלמידים הקרויים בנים — די הונדערטער לומדים פון די פילצאליגע סניפי הכוללים וואס דער גאון שליט"א האט אוועקגעשטעלט אין די פארלאפענע יארן.
דער גאון שליט"א האט אין זיינע דברות קודש ארומגערעדט איבער די גרויסע טעג לקראת מתן תורה, און מחזק געווען דעם ציבור זיך צו שטארקן אין שמחת התורה טראץ די שווערע גזירות וואס די רשעי הציונים פרובירן אנצוברענגען אויפ'ן עולם התורה.
דער גאון שליט"א האט אויסגעשריגן אז די פרייע מיינען אז שומרי תורה ומצוות זענען "נעבעכדיגע מענטשן" ווייל מיר האבן פילע איסורים און באגרעניצונגען כדת של תורה, אבער דער אמת איז פונקט פארקערט — "אונז זענען די אמת'ע גליקליכע מענטשן, ווייל אונז לעבן מיט א קשר צום באשעפער און מיט חיי נצח!"
דער פוסק הדור שליט"א האט אויך דערציילט זכרונות פון זיינע יוגנט יארן אין לאנדאן במחיצתו פון מרן הגה"ק רבי אלחנן וואסערמאן הי"ד, וויאזוי ער האט געטאנצט שעה'ן לאנג אום יו"ט שבועות מיט אן אש קודש פון שמחת התורה. אויך האט ער זיך דערמאנט ווי אין ישיבת רבי משה שניידער זצ"ל פלעגט מען מפסיק זיין אינמיטן תיקון ליל שבועות צו זינגען און טאנצן לכבוד התורה, צו ווייזן אז בני תורה זענען די גליקליכסטע מענטשן אויף דער וועלט.
דאן האט דער גאון שליט"א ארומגערעדט איבער די חובת המערכה קעגן די ביטערע גזירה פון "גיוס בני הישיבות" וואס שוועבט יעצט אויף די קעפ פון צענדליגער טויזנטער בחורים און אינגעלייט איבער ארה"ק, וועמען די רשעי הציונים ווילן מיט צוואנג אריינשלעפן אין טריפה'נעם מיליטער און זיי אראפפירן פון אידישן וועג.
דער רב האט זיך אנגערופן אז אונז האבן נישט מורא פון זייערע גזירות, אונז האבן מורא פון די "זיסווארג" וואס די פרייע ווארפן אונז — די צוקערלעך וואס זיי רוקן אריין במחננו מיט'ן איינעם ציל אונז צו אריינכאפן אין זייער נעץ. "זיי דארפן אונז נישט האבן פון א מיליטערישן שטאנדפונקט! זייער גאנצע און איינציגסטע ציל איז בלויז אונז צו מטמא זיין אז אונז זאלן ווערן ווי זיי חס ושלום. אונזער פליכט איז זיך צו דערווייטערן פון זיי און נישט האבן קיין שום שייכות מיט זיי!"
צום שלוס האט דער פוסק הדור אנגעוואונטשן זיין זון הרב הגאון רבי חיים עוזר שטערנבוך שליט"א, וואס איז זיך מוסר נפש לילות כימים פאר'ן עקזיסטענץ פון די כוללים "תשובות והנהגות".
צום סיום המעמד האבן די הונדערטער אברכי ורבני ולומדי הכוללים זיך ארויסגעלאזט אין פייערליכע טענץ לכבודה של תורה מיט ניגוני שמחה ורגש לקראת קבלת התורה.

















