הילד איננו: טראגישע פטירה פון הילד אליהו טרייצקי ע"ה אייניקל פון פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך נאכן זיך דערשטיקן
- לפני 57 דקות
- זמן קריאה 1 דקות
דינסטאג פ' אחרי קדושים • ד' אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

א שווערע טראגעדיע האט נעכטן מאנטאג באטראפן די חרדישע קהילה אין די קרית ספר געגנט אין מודיעין עילית מיט די טראגישע אומקום פון א קליין יונגל אליהו טרייצקי ע"ה בלויז צוויי אלט, אן אור אור אייניקל פונעם פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א בעל תשובות והנהגות נאכן זיך דערשטיקן אין פלעיגרופ. שוין א גאנצע וואך וואס ער האט זיך געפונען אין א באוואוסטלאזע צושטאנד, בעת די דאקטוירים אין שפיטאל האבן געקעמפט אויף זיין לעבן, ליידער איז אבער די גזירה געווען פארשריבן און ער האט נעכטן אויסגעהויכט זיין נשמה.
דאס קינד איז שוין א דור חמישי פונעם פוסק הדור, אן אור אייניקל ביי בנו הגאון רבי אשר שטערנבוך שליט"א, אייניקל ביי זיין איידעם הרה"ג ר' שלמה סוקל שליט"א מחבר ספר שלמי רש"י, א זון פון זיין איידעם האברך החשוב ר' ראובן טרייצקי שליט"א. דורכאויס די וואך האט דער גאון שליט"א כסדר מעורר רחמים געווען פארן אייניקל און געשיקט א מנין תלמידים מתפלל זיין ביים קבר רחל און נאך מקומות הקדושים.
די לוויה איז פארגעקומען נעכטן אויפדערנאכט ביים בית הלוויות שמגר אין ירושלים, אויפן וועג צום הר המנוחות וואו דער נפטר איז געברענגט געווארן למנוחת עולמים.

