top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אלפי בני ציון היקרים באלאגערן ביהמ"ד הגדול דושינסקיא ביי דרשת שבת שובה דורכ'ן פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך שליט"א

לפני 11 שעות
זמן קריאה 4 דקות

מיטוואך פ' האזינו • ה' תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: דוד ארזני

שווערע הונדערטער אידן מיקירי קרתא דשופריא ירושלים עיה"ק האבן זיך פארזאמלט נעכטן מוצאי צום גדליה לשמוע דבר ה' מירושלים, צום יערליכן "שבת שובה" דרשה דורכ'ן פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א בעל תשובות והנהגות, וועלכער האט כמנהגו די לעצטערע יארן משמיע געווען די דרשה אינעם היכל ביהמ"ד הגדול דחסידי דושינסקיא אין ירושלים. 


נאך בעפאר די באשטימטע צייט איז דער בית המדרש הגדול מיט אלע אירע זייטיגע היכלות און גאלעריען געווען איבערגעפילט מקצה אל הקצה מיט מאסן בני ירושלים וואס זענען געקומען מיטהאלטן די געהויבענע מאמענטן בשעה שהחכם יושב ודורש כמש"ה מפי הגבורה.


ביים ערשטן שורה האבן זיך אנגעזעהן פילע רבנים חשובים דיינים ויושבים על מדין, אין שפיץ פונעם מרא דאתרא כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א, און די חברי ביד"ץ העדה החרדית, כ"ק אדמו"ר מסקולען ירושלים שליט"א, הגה"צ רבי יעקב דוד הלברשטאם אבד"ק צאנז טשאקאווא, הגה"צ רבי מתתי' דייטש גאב"ד רמת שלמה, הגה"צ רבי שמואל בנימין סופר שליט"א ראש ישיבת ערלוי, הגה"צ רבי אלי' חיים שטערנבוך דומ"ץ באבוב 45 ירושלים, הגה"צ רבי ברוך שטערנבוך אב"ד וויזניץ בראכפעלד, הגה"צ רבי עקיבא וואזנער מו"ץ העדה החרדית, און נאך פילע רבנים ודיינים חשובים.


דער פוסק הדור שליט"א האט פותח געווען מיט דברי דרוש פלפול ואגדה בעניני דיומא, און מעורר געווען לתשובה ותיקון המעשים, דאן איז דער גאון אריבער צו רעדן איבער א צאל ענינים העומדים על הפרק, און זיך באצויגן מיט שארפע דיבורים איבער די גרויסע מערכה קעגן די מהרסי ומחריבי הדת וואס ווילן פוגע זיין בכרם בית ישראל, און רחמנא ליצלן  צו מאכן פונעם גאנצן אידישן פאלק 'ככל הגוים בית ישראל' היו לא תהיה, און דערביי קלארגעשטעלט די חובת השעה זיך גענצליך דערווייטערן כמטחווי קשת פון די רשעים, און דאס איז דער יסוד פון אונזער הצלחה. דער רב שליט"א האט דערביי ציטירט א ווארט פון הגה"ק מהרי"ל דיסקין אז בעפאר משיח וועט קומען וועט אראפקומען א כפירה נוראה אויף דער וועלט און נאר ווער עס וועט זיך לגמרי מתבדל זיין פון די רשעים וועט זוכה זיין ניצל צו ווערן דערפון.


דער גאון האט ווייטער מרחיב געווען איבער די שוידערליכע גזירת גיוס בני הישיבות, און אויסגעשריגן מיט ווייטאג "דם אחינו אינו הפקר", און דערמאנט ווי מ'טוט ליידער איינשפארן בחורי ישראל אין תפיסה, ווען אין די טעג פון ראש השנה אליינס זענען אכציג בחורי חמד היקרים געזעסן אין תפיסה על לא עוול בכפם, נאר צוליב זייער עקשנות דקדושה, און מוחה געווען בתוקף זאגנדיג אז גדול המחטיאו יותר מההורגו, און די גזירה רעה איז כגזירת מוות ממש.


ספעציעל האט דער פוסק הדור שטארק ארויסגעטרעטן מיט א שארפע אזהרה מ'זאל זיך ח"ו נישט אנשליסן אין קיין שום אפטיילונג פונעם טמא'נעם מיליטער, און מ'זאל זיך נישט לאזן איבעררעדן פון די געמיינע הסתה והדחה ווי כאילו אין געוויסע אפטיילונגען איז נישטא דער פראבלעם פון דינען אין צה"ל, און מען טאר נישט חלילה גיין דארט ווייל זייער גאנצע מטרה איז אונז מחבר צו זיין צו זייער מיליטער וואס איז געבויט אויף כפירה.


בהמשך דבריו האט דער גאון שליט"א גערעדט פונעם שרעקליכן נסיון הדור די אינטערנעט מיט די כלים טמאים, זאגנדיג אז די כלים זענען אבי אבות הטומאה, און וואויל איז פאר דער וואס באנוצט זיך בכלל נישט מיט'ן אינטערנעט אפילו מיט א פילטער, און דערמאנט לשבח די הייליגע חבורות וואס זענען זיך גענצליך מתרחק פון די ביטערע נסיונות, אויך האט דער רב מעורר געווען איבער'ן ענין פון כשרות המאכלים און האט ארויסגעברענגט בשבחה פונעם הכשר פון די עדה החרדית וואס האבן גאר אן אחריות'דיגן צוגאנג אין יעדן ענין פון כשרות, און ווער עס איז א ירא שמים זאל קויפן נאר מיט די מהודר'דיגע השגחה פון די עדה החרדית, וואס יצא שמו לתהלה בכל העולם.


דערנאך האט דער גאון שליט"א ארומגערעט מענין ראש השנה שחל בשבת ווען מען האט נישט זוכה געווען צום מצוות שופר, וואס דעמאלטס דארפן מיר דעם זכות השבת אלס א סנגור פארן כיסא הכבוד, און מעורר געווען צו לערנען הלכות שבת באופן קבוע און זיך אננעמען פארן כבוד פון שבת קודש, און אז מיר וועלן ממלא זיין אונזער חובה אין שמירת שבת, וועלן מיר זוכה זיין אז די שבת וועט זיין פאר אונז א מליץ יושר, כי אשמרה שבת קל ישמרני.


דער גאון שליט"א האט צוגעענדיגט אז דער עיקר שבעיקרים ליגט אויף אונז א פליכט צו מתפלל צו זיין אויף די גאולה השלימה, און ס'זאל שוין זיין השיבנו ה' אליך ונשובה חדש ימינו כקדם, און דער גאון האט אויסגעפירט מיט ווארעמע ברכות פארן גאנצן ציבור צום נייעם יאר.


נאכן דרשה איז געווען א געלעגנהייט דורכצוגיין וואונטשן לשנה טובה. דערנאך איז אפגעהאלטן געווארן דער מעמד "חלוקת תמכין דאורייתא", וואו עס איז פארטיילט געווארן לקראת חג הסוכות א תמיכה נכבדה פון הונדערט טויזנט דאללער פאר ארום הונדערט חשובע רבנים און דיינים פון די עדה החרדית וועלכע באדינען דעם ציבור געטריי יומם ולילה, די חלוקה איז פארגעקומען דורכ'ן פוסק הדור שליט"א במעמד די חברי בית דין צדק העדה החרדית.


באותו מעמד האט דער חבר הבד"ץ הגאון רבי יהודה פישר שליט"א אויפגעטרעטן מיט קורצע דיבורים און ארויסגעברענגט די רגשי הכרת הטוב פארן פוסק הדור וואס טראגט דעם שווערן עול אויף זיינע פלייצעס.


דערנאך האט מען מיט גרויס כבוד והערצה ארויסבאגלייט דעם גרויסן גאון ופוסק לרחובה של עיר.



תגובות


bottom of page