נייע רחבות'דיגע סוכה אויפגעשטעלט במעונו פונעם פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך צו אנטפאנגען אלפי ישראל בימי חג הסוכות
מיטוואך שבוע שחל בו סוכות • י''ב תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער
שטייענדיג געציילטע טעג פארן הייליגן יום טוב סוכות, זמן שמחתינו, ווערן געמאכט די לעצטע הכנות ביים מעון הקודש פונעם פוסק הדור, מרן הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א בעל "תשובות והנהגות", אין די הר נוף געגנט, צו קענען אקאמאדירן די רבבות אלפי ישראל וואס זענען ערווארטעט צו באלאגערן ביתו נאווה קודש דורכאויס ימי המועד לקבל פני רבם ברגל כמדי שנה בשנה.
נאך וואס אין די פארלאפענע יארן איז אויפגעשטעלט געווארן די גרויסע סוכה אין די פארקינג לאט פארנט פון ביתו נאווה קודש, איז דאס יאר אויפגעקומען א פרישער געדאנק וואס וועט פילפאכיג פארגרינגערן פארן גאון שליט"א ביים אריינקומען און ארויסגיין פון די הקבלת פני רבו יעדן טאג חול המועד.
פאר דעם צוועק האט מען אויפגעשטעלט א גרויסע גאלעריע וואס ציט זיך פונעם טעראסע פונעם דירה – דריי שטאק ארויף אויף די שאולזון גאס – און דערויף האט מען אויפגעבויט א גרויסע רחבות'דיגע סוכה, כדי דער רב שליט"א זאל קענען האבן לייכטע צוטריט אויף א גרינגן און באקוועמן פארנעם.
די נייע סוכה איז פיל גרעסער און רחבות'דיגער ווי אלע יארן, און איז לאגיסטיש אויסגעשטעלט מיט אן אריינגאנג פארן ציבור האלפים דורך ספעציעלע טרעפ פון די שאולזון גאס, וואו דער ציבור וועט דורכגיין אין מסודר'דיגע רייעס וואס וועלן זיך שלענגלען ביז ארויס אויף די גאס, און יעדער וועט אריבערגיין כצאן אשר לפני הרועה מקבל צו זיין דעם ברכת המועד – זייענדיג א מחזה הוד וואס פארציט זיך יעדן טאג פון די ימי המועד פאר לאנגע שעה'ן.
דער סדר היום אין די סוכה הגדולה וועט זיך אנהויבן יעדן אינדערפרי מיט תפילת שחרית אום 7:45, און תיכף נאך מוסף וועט דער ציבור קענען אריבערגיין להתברך מפי הקודש. שפעטער אין אוונט צווישן 8:30 און 9:15, וועט דער ציבור ווידער האבן די געלעגנהייט דורכצוגיין לברך ולהתברך, אין צוזאמענהאנג מיטן שמחת המועד און אמירת פרקי שיר המעלות בתופים ובמחולות לכבוד הרגל.










תגובות