top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אסיפה נחוצה דורך רבני שכונת רמת שלמה במעונו פון פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך נאך א רייע אומגליקן ל"ע בתוככי השכונה

  • לפני 3 ימים
  • זמן קריאה 2 דקות

זונטאג פ' בהר בחוקותי - י"ז אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

דעם פארגאגנגענעם וואך האבן זיך צוזאמגענומען אלע רבנים פון די רמת שלמה געגענט אויף אן אסיפה נחוצה אין שטוב פון מרן פוסק הדור, הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א בעל תשובות והנהגות, אין ליכט פון א רייע שווערע טראגעדיעס וואס האבן באטראפן די שכונה אין די לעצטע תקופה. ועל כולם, די פלוצימע פטירה פון די יונגע בחורים לבית משפחת שפיגל ז"ל, זין פון דעם חשובן מרביץ תורה הגאון רבי שלמה שפיגל שליט"א, וואס האט איבערגעלאזט די גאנצע געגנט צובראכן און צושוידערט.


דער מרא דאתרא, הגה"צ רבי מתתיהו דייטש שליט"א גאב"ד רמת שלמה, האט אויפגעטרעטן און באטאנט אז אלע איינוואוינער ווארטן מיט דורשט צו הערן די דער חובת השעה פון דעם מנהיג הדור און זענען גרייט מקבל צו זיין אויף זיך יעדן חיזוק. נאך אים האט גערעדט הגאון רבי שמחה רבינוביץ שליט"א בעל "פסקי תשובות" מרבני השכונה, וועלכער האט זיך אנגערופן אז מיר שטייען יעצט אין א בחינה פון משה ידבר, און מיר וועלן פאלגן אלעס וואס דער פוסק הדור וועט אונז הייסן. אויך הגאון רבי אברהם דוד ליווי שליט"א, רב דקהילת שומרי החומות, האט ארומגערעדט איבער דעם ערנסטן מצב.


דאן האט מען געהערט דעם דבר ה' מירושלים פון מרן פוסק הדור שליט"א וואס האט געשטעלט זיינע ווערטער אויף דריי הויפט נקודות וואס די געגנט דארף תיכף מחזק זיין: צום ערשט, אן אלגעמיינער חיזוק אין הלכות שבת און קדושת השבת. בפרט האט ער ארויסגעהויבן דעם מנהג ירושלים מקבל צו זיין שבת 40 מינוט פארן שקיעה, און געווארנט מען זאל חלילה נישט טאן קיין מלאכות בפרהסיא נאכן זמן, וואס איז א הארבע פריצת גדר.


באזונדער דארף מען זען איינצופירן א פולשטענדיגע טיילונג צווישן מענער און פרויען ביי די מכירות ווי משנת יוסף א.ד.ג., כדי אויסצומיידן תערובות, און זען אז די מקוואות אין די געגנט ווערן געהאלטן מיט די העכסטע מאס הידור און ריינקייט.


ביי די אסיפה נחוצה האבן די צענדליגער רבנים ומורי הוראה פון אלע שיכטן און קרייזן אין רמת שלמה, אויסגעדריקט זייער גרייטקייט איבערצוגעבן די דברים כהווייתן פאר די טויזנטער תושב השכונה. צום שלוס האט דער פוסק הדור ווארעם אנגעוואונטשן די רבנים און די עסקני השכונה, מען זאל פון היינט און ווייטער הערן נאר בשורות טובות, ישועות און נחמות.



תגובות


bottom of page