זעלטענע מעמד "ראשית הגז" במעונו פונעם פוסק הדור; האד' מפינסק קארלין כהן הפודה
- לפני יום אחד (1)
- זמן קריאה 2 דקות
זונטאג פ' חקת בלק • י''ג תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שמואל דריי
אן אייגנארטיגער און העכסט התרגשות'דיגער מעמד "ראשית הגז" איז פארגעקומען במעון קדשו פונעם פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א בעל תשובות והנהגות, וועלכער האט איבערגעגעבן די מתנות כהונה פאר'ן כהן הפודה, כ"ק אדמו"ר מפינסק קארלין שליט"א.
דאס קומט נאכדעם וואס דער פוסק הדור האט אויסגעדרוקט רצון קדשו מקיים צו זיין די מצות ציצית מיט ספעציעלע חומרות והידורים. צווישן זיי, אז די וואל זאל אפגעשניטן ווערן לשם מצות ציצית, און אז מען זאל קודם מקיים זיין מיט דער וואל די מצוה פון "ראשית הגז", וואס פארמאגט א גרעסערע חשיבות פאר מצות ציצית.
נאך וואס דער פוסק הדור האט ממנה געווען א שליח מיוחד וואס זאל זיך אפגעבן דערמיט, און האט זעלבסט געמאכט עטליכע קנינים כדי עס זאל זיין אויסגעהאלטן לויט אלע שיטות הראשונים והאחרונים, איז דעם ליל שישי פארגעקומען דער מעמד קיום מצות "ראשית הגז" במעון תורתו אין עיר הקודש ירושלים, ביים מעמד האבן אויך אנטיילגענומען די לומדי הכולל "תשובות והנהגות" פון עטליכע סניפים, וועלכע פריער מיטגעהאלטן די וועכענטליכע שיעור וואס דער גאון טוט איבערגעבן פאר זיי יעדן ליל שישי.
נאכן דורכטון די פרטי ההלכה האט דער גאון איבערגעגעבן דעם מתנה פארן כהן כ"ק אדמו"ר מפינסק קארלין שליט"א, זאגנדיג אז ער זאל זוכה זיין דערין בזכיה גמורה.
גלייך האט דער גאנצער ציבור אויסגעבראכן אין א פייערדיגן געזאנג פון "לעשות נחת רוח לבורא יתברך שמו", ווען א געוואלדיגע שמחה האט זיך דערקענט אויפ'ן פוסק הדור שליט"א, און דער כהן, דער פינסק קארלינער רבי, האט זיך אויפגעשטעלט און זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגן טאנץ מיט די וואל אין די האנט, און דערנאך געטאנצן באזונדער מיטן גאון שליט"א.
ביים ענדע פונעם מעמד האט דער רבי שליט"א, געבענטשט דעם רב שליט"א מיט ברכת כהנים, און דער גאון האט צוריקגעוואונטשן דעם רבי'ן בברכת תורה.





































