top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

עקסטאזפולע אבן הפנה פאר נייעם "קרית הישיבות" פון ישיבת הרמה פונעם פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך שליט"א

לפני 4 שעות
זמן קריאה 2 דקות

דאנערשטאג פרשת בראשית - כ"ז תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש

מיט עקסטאזליכע פייערליכקייט איז במעמד אלפי התלמידים דעם מאנטאג אפגעראכטן געווארן דער מעמד נהדר "הנחת אבן הפנה" פאר'ן נייעם גיגאנטישן "קרית הישיבות" פון ישיבתו הרמה פונעם פוסק הדור וזקן ויושב בישיבה הגאון האדיר ר' משה שטערנבוך שליט"א בעל תשובות והנהגות אין שטאט בית שמש.


די ישיבה פונעם פוסק הדור איז וועלט בארימט אלס פרעכטיגע תורה פעסטונג וואס פונקציאנירט לשם ולתפארת שוין א תקופה פון דרייצן יאר, ווען דער פוסק האט דאן געגרינדעט די ישיבה וואס האט זיך שנעל באקאנט געמאכט אלס איינע פון די שענסטע ישיבות אויפ'ן אויבן-אן בעולם הישיבות וואו הונדערטער בחורים עמלי התורה שטייגן אויס לגאון ולתפארת.


די ישיבה איז ביז היינט געווען סטאנציאנירט אין צייטווייליגע קאראוואן-בנינים אין בית שמש, און אצינד ווערט געלאזט אין גאנג דער מאסיווער פראיעקט פון מקים זיין עולה של תורה און אהערשטעלן די נייע פרעכטיגע קרית הישיבות וואס וועט פארמאגן די בנינים מפוארים און אלע צוגעהערן פאר די בני הישיבה.


דער מעמד איז געווען געווידמעט אויסשליסליך פאר די תלמידים קרוים בנים, די בוגרי ויוצאי הישיבה און יעצטיגע תלמידים, זייט-ביי-זייט מיט נדיבי לב וועלכע האבן אויסגעשטרעקט ברייטע שטיצע פאר'ן פראיעקט, ובראשם דער לעגענדארער פילאנטראפ ומוקיר תורה הנגיד ר' ראובן שאראן הי"ו.


אין לויף פונעם מעמד האבן מנצח געווען על השיר די טאלאנטפולע בעלי מנגנים, ר' בערל וועבער, און ר' מאטי וויזל, באגלייט פון די "מלכות קאפעליע", און דער בעל מנגן ר' בעני לויפער וועלכער האט אויפגעזינגען ספעציעלע חרוזים באזירט אויף די שירי קודש פונעם פוסק הדור שליט"א.


מיט א חרדת קודש האט מען מקבל פנים געווען פני הודו פונעם פוסק הדור וראש ישיבה, וועלכער האט זיך מטריח געווען בטירחא דגברא רבא צו קומען צו פארן ממעון קדשו פון ירושלים צו באשיינען די מאורע, און מפאר געווען על ראש שמחתו במשך דעם גאנצן מעמד.


דער פוסק הדור האט משמיע געווען דעם משא המעמד, און ארויסגעברענגט די געוואלדיגע שמחה פון מרבה זיין דעם כח התורה בעולם, וואס דייקא אין אזא צייט ווען די רשעים רודפ'ן אונז און ווילן אונז מבטל זיין פון תורה, איז דאס א גירא בעינא דשטנא און א געוואלדיגע שמחה פאר'ן רבוש"ע און די שכינה הק'.


מנהמת לבו הטהור האט דער פוסק הדור אויסגעשריגן: "אזוי ווי דער פאנעוויזשער ראש ישיבה האט געזאגט ביים גרינדונג פון די פאנעוויזשע ישיבה, אז היטלער ימ"ש באקומט יעצט א מפלה גדולה, אזוי זאג איך היינט, די רשעים די ציונים באקומען יעצט א מפלה גדולה, זיי ווילן חרוב מאכן די ישיבות, און מיר בויען נאך און נאך ישיבות!"


דער פוסק האט מאריך געווען בשבח הישיבה ותומכי' און בפרט דערמאנט די גדולי נדבני הבנין, און אויסגעפירט מיט א געוואלדיגע התרגשות אז די ישיבה ווערט געבויט גענצליך על טהרת הקודש פון אויסשליסליכע כסף טהור, הייליגע געלטער פון ערליכע אידן ויראי שמים.


נאך די דברות קודש האבן די תלמידים זיך ארויסגעלאזט אין פייערליכע טענץ להודות ולהלל אויף די גרויסע מאמענט וואס מ'האט זוכה געווען להעמיד הישיבה על תלה.



תגובות


bottom of page