בארימטע כוללי עיטור הרבנים ברחבי ארה"ק געעפנט זעקסטע לאקאציע אין שטאט ביתר עילית
דינסטאג פרשת וישלח • י''ד כסלו תשפ"ז | בחצרות הקודש

די בארימטע כוללי עיטור הרבנים ברחבי ארה"ק מיוחד פאר לימוד נגלה ונסתר התורה, האט אין די טעג געעפנט איר זעקסטע לאקאציע אינערהאלב די מרכז הכוללים אין לאנד, דאסמאל אין שטאט ביתר עילית ווי העכער הונדערט אינגעלייט אברכים מופלגים האבן זיך אנגעשלאסן אין די געוואלדיגע תורה ערייכונג, ווי מען לערנט אדורך בעיון רב די ספר הזוהר הקדוש מיטן פירוש "בני היכלא" פונעם בעל הסולם זי"ע, און אנדערע כתבי האריז"ל, צו האבן א קלארע ידיעה און פארשטאנד אין פנימיות התורה.
אין א באזונדערע סניף אינערהאלב די כוללים עיטור הרבנים, וועלכע איז נישט נאר מצומצם צו לערנען תורת הנסתר, נאר אין די זעלבע צייט זיך קונה זיין א ידיעה ברורה בתורת הנגלה, איז געווידמעט א גרויס חלק פונעם טאג אלס א "כולל להוראה" ווי מען לערנט אדורך די טיפזיניגע סוגיות עמוקות בד' חלקי שולחן ערוך, מיטן ציל צו געבן די געלעגנהייט פאר די אינגעלייט נתעטר צו ווערן בכתר ההוראה, ווען אין די פארגאנגענהייט האבן די חשובע אברכי הכולל זיך געשטעלט על כור המובחן ביי גדולי הדור שליט"א אויף די דיני איסור והיתר און די דיני ריבית החמורה, און נאך פילע סוגיות עמוקות ורחבות.
די כוללי עיטור הרבנים בנשיאותו פון כ"ק אדמו"ר מאשלג שליט"א בעל הפירוש "בני היכלא", ובראשות דעם רבינ'ס זוהן הרה"צ רבי אליהו ישראל אשלג שליט"א איז צעשפרייט צווישן עטליכע היכלי הכוללים אין בני ברק, בית שמש, א ספעציעלע כולל ביים מערת המכפילה אין חברון, און אצינד מיט די נייע כולל אין שטאט ביתר.
מיטן ערעפנונג פונעם נייעם כולל אין ביתר ווערט אויסגעברייטערט די הייליגע מטרה צו האבן א ידענות בידיעה ברורה סיי אין נגלה און זיי אין נסתר, וכבר איתמחי גברא עליו די גרויסע בעלי מקובלים שבדורינו, צווישן זיי דער פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א, הגה"צ רבי איטשע מאיר מארגענשטערן שליט"א אדמו"ר מתורת חכם, און נאך האבן געגעבן זייער ווארימע עידוד וחיזוק איבער די חשיבות פון אט די כוללי עיטור הרבנים ברחבי ארה"ק.
באזונדער איז פארהאן א געלעגנהייט צו זיין א טייל אין די געוואלדיגע ריבוי כח התורה, מיטן זיין א פולשטענדיגע שותף בהחזקת הכוללים, ווי די חשובע לומדים מופלגים דערמאנען די נעמען פון די תומכים ומחזיקים לברכה ולהצלחה, און מען טוט אויך אפרעכטן א פדיון נפש פאר די תומכים ומסייעים.
















תגובות