top of page
שיינעם ביקור חג פון האד' מתורת חכם ביי מחותנו האד' מאשלג לרגל געבורט פון בשותפותדיגער אייניקל
זונטאג פ' טהרה • כ"ה ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש דעם חול המועד פסח איז הגה"צ רבי איטשע מאיר מארגענשטערן שליט"א האדמו"ר מתורת חכם אנגעקומען קיין בני ברק אויף א ביקור חג ביי מחותנו כ"ק אדמו"ר מאשלג שליט"א לרגל די שמחה מיט די געבורט פון א בשותפותדיגער אייניקל ביי די אדמורי"ם, בת הנולדה ביי הרב יעקב מנחם מארגענשטערן זון פון האדמו"ר מתורת חכם, די אדמורי"ם האבן אפגעראכטן א מסיבת לחיים לכבוד די שמחה, פארברענגט בתורת הקבלה מעניני דיומא, און זיך ארויסגעלאזט אין א ריקוד של שמחה.


עולו ואתכנשו: גייסטרייכע מעמד "נהירין" פארגעקומען ביום ז' אדר אין מירון אין שפיץ פון האד' מאשלג
מיטוואך פ' תצוה • ח' אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש אינעם יום המסוגל ז' אדר, יומא דהילולא פון משה רבינו ע"ה, איז אפגעראכטן געווארן אין אתרא קדישא מירון די צווייטמאליגע געהויבענע מעמד "נהירין", געשטעלט געווארן מיטן ציל זיך צו מחזק זיין און פאראייניגן אידישע קינדער מיט א כח הרבים, צו עוסק זיין אינעם ספר הזוהר הקדוש בבהירות והבנה, צוגעשטעלט דורך די בארימטע מכון "נכספה". דער מעמד איז פארגעקומען צום צווייטן מאל, אפצייכענענדיג די סוקסעס מיט א יאר צוריק ווען מען האט מייסד געווען דעם היילי


שמחת התנאים בחצרות באסטאן - אשלג - יבניאל | בילדער גאלעריע
דינסטאג פ' וארא • כ"ד טבת | בחצרות הקודש דעם זונטאג שמות איז פארגעקומען די שמחת התנאים לרגל די שידוך שליסם פון די חתן א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מאשלג שליט"א, א זון פון זיין איידעם הרה"ג ר' יחזקאל משה פרענקל שליט"א רב ביהמ"ד הגדול אין יבניאל, זון פון הגה"צ ר' סיני מאיר פרענקל שליט"א גאב"ד יבניאל, מיט די כלה א טאכטער פון כ"ק אדמו"ר מבאסטאן שליט"א פון ביתר, איידעם ביי הגה"צ גאב"ד גרויסווארדיין סטעטן איילענד, די שמחה איז פארגעקומען אין די ערלויער זאל אין שטאט ביתר.


שמחת החתונה פון אייניקל ביי האד' מאשלג פארגעקומען אין בני ברק
מיטוואך פ' עקב • י"ט אב תשפ"ה | בחצרות הקודש שמחת החתונה פון אן אייניקל ביי כ''ק האדמו''ר מאשלג שליט"א, די כלה א טאכטער פון זיין איידעם...


bottom of page
