מיטוואך פ' משפטים • כ"ח שבט תשפ"ד | בחצרות הקודש
אין א דראמאטישע שריט האט כ"ק אדמו"ר מאשלג שליט"א אין די טעג געהייסן פאר קהל חסידיו צו פארלאזן ארץ ישראל ווי שנעלער, זאגנדיג אז עס הויערט א שרעקליכע סכנה אויף ארץ ישראל.
דער רבי שליט"א האט דעם מוצאי שבת פאררופן אן אסיפה פאר די חסידים, אין זיך אויסגעדריקט אז די מצב אין ארץ ישראל איז נישט פשוט, פון אלע זייטן ארום שטייען גרייט פיינטליכע קרעפטן, און ווילן פארציקן יעדע רגע, מען דארף האפן און מתפלל זיין, אבער פאר יעצט דארף מען ארויספארן פון ארץ ישראל פאר א קורצע תקופה.
דער רבי האט געזאגט אז זיין פאטער דער אשלאגער רבי זצ"ל איז אים נישט לאנג צוריק געקומען אין חלום דערוועגן, אין איהם איבערגעגעבן עטליכע סימנים מערסטענס פון זיי האט מען געזעהן עין בעין ביים שמחת תורה אטאקע, און דעריבער האט ער באשלאסן דאס אויסצופירן למעשה. טייל פון די חסידים האבן זיך שוין ארויסגעלאזט קיין אונגארין וואו די הנהלת הקהילה האט ארויסגעדינגען א קאמפלעקס נישט ווייט פון בודאפעסט, און תיכף נאך שבת וועט זיך די רבי שליט''א ארויסלאזן קיין אונגארן, אין זיך דארט פאראייניגן מיט די חסידים אין זייערע משפחות.
Comments