עולו ואתכנשו: גייסטרייכע מעמד "נהירין" פארגעקומען ביום ז' אדר אין מירון אין שפיץ פון האד' מאשלג
- לפני 45 דקות
- זמן קריאה 3 דקות
מיטוואך פ' תצוה • ח' אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש

אינעם יום המסוגל ז' אדר, יומא דהילולא פון משה רבינו ע"ה, איז אפגעראכטן געווארן אין אתרא קדישא מירון די צווייטמאליגע געהויבענע מעמד "נהירין", געשטעלט געווארן מיטן ציל זיך צו מחזק זיין און פאראייניגן אידישע קינדער מיט א כח הרבים, צו עוסק זיין אינעם ספר הזוהר הקדוש בבהירות והבנה, צוגעשטעלט דורך די בארימטע מכון "נכספה".
דער מעמד איז פארגעקומען צום צווייטן מאל, אפצייכענענדיג די סוקסעס מיט א יאר צוריק ווען מען האט מייסד געווען דעם הייליגן אירגון "נכספה" נאך די בקשה פון די גדולי המקובלים שליט"א צו מחזק זיין און פארשפרייטן דעם לימוד זוהר הק', און יעצט אריינטרעטענדיג אינעם צווייטן יאר גייט מען ווייטער אן ביתר שאת וביתר עוז.
דער מאורע איז געווען במעמד הונדערטער בני עלייה ואברכים יקרים, צווישן זיי חברי ישיבת המקובלים "עיטור רבנים" אין בני ברק, חברי "כולל חצות" ללימוד הזוהר, און נאך פילע אידן מבקשי לימוד פנימיות התורה, וועלכע האבן איבערגעפילט די זאל פון הרב שטערן אין אתרא קדישא מירון, וואס געפונט זיך סמוך ונראה צום מערת הרשב"י. די מעמד איז אהערגעשטעלט געווארן אויף א פראכטפולע פארנעם כראוי וכיאות לכבוד לומדי תורה, מיט א מייסטערהאפטיגע פראגראם וואס האט פון פריש אויפגעפלאמט דעם ציבור הנאספים זיך צו מקבל זיין דעם הייליגן לימוד באור סודות התורה.
לכבוד דעם גרויסן טאג ז' אדר איז ערשינען דעם צווייטן באנד פונעם ספר הזוהר מיטן וואונדערליכן פירוש "בני היכלא", וואס ערהאלט אין זיך געקליבענע צאל שטיקלעך פון זוהר הק', מלוקט פון די הערליכע גליונות וואס ווערן ארויסגעגעבן דורך כ"ק אדמו"ר מאשלג שליט"א בעל בני היכלא, אייניקל פונעם הייליגן בעל הסולם זי"ע מגדולי חכמי הקבלה בארץ הקודש, די פירוש האט ערהאלטן די הסכמות פון מערערע גדולי הדור און גדולי המקובלים בארץ הקודש.
דער מעמד איז געווען באגלייט מיט רייכע פרקי שירה וזמרה, אלס נואם הכבוד האט געדינט הרה"ג ר' ברוך זאלמנאוויטש שליט"א מרבני כולל עיטור רבנים, ארויסברענגענדיג די מהפיכה פונעם הייליגן חבורה "נכספה" און די הפצת ספרי "בני היכלא" ללימוד הזוהר.
א מרוגש'דיגע מאמענט איז געווען בעת ווען כ"ק אדמו"ר מאשלג שליט"א איז ערשינען אין זאל מלובש בבגדי שבת, זיך גרייטנדיג פארצולערנען דעם שיעור כללי בזוהר הקדוש, עטליכע מינוט איידערן התחלת השיעור האט דער רבי געבעטן צו זינגען דעם באקאנטן ניגון ההכנה, וואס האט אריינגעברענגט דעם ציבור המתאספים אונטער א העכערע אוירא דקדושה.
אינמיטן דעם טיפזיניגן שיעור בתורת הקבלה איז ערשינען אין זאל הגה"צ רבי מרדכי שיינבערגער שליט"א מזקני גדולי המקובלים בדורינו, דער רבי האט מפסיק געווען אימיטן שיעור לכבודו פונעם געהויבענעם גאסט און אים מכבד געווען משמיע צו זיין דברי ברכה לרגל די געהויבענע מאורע.
נאכן טיפזיניגן שיעור האט מען געהערט די ווערטער פונעם אורח הכבוד הגה"צ רבי אלעזר שטערן שליט"א מרא דאתרא מירון, וועלכע האט ארויסברענגט די גרויסקייט פון לימוד זוהר הקדוש, ובפרט אין אזא הייליגע מקום באתרא דמר אויפן הר הקודש מירון.
צום הויכפונקט פונעם אווענט איז פארגעקומען די סיום ספר זוהר הקדוש, וואס איז געלערנט געווארן דורך די חבורה קדישא "כולל חצות" אינעם מערת המכפילה, און דערנאך איז פארגעקומען די מעמד "לחיים" לרגל דאס ערשיינונג פונעם צווייטן באנד פונעם הערליכע ספר הזוהר מיטן וואונדערליכן פירוש "בני היכלא", ווי אויפן ארט איז אויך געווען צו קויפן דעם הערליכן נייעם באנד.
כ"ק אדמו"ר מאשלג שליט"א האט משמיע געווען רירנדע דברי ברכה לרגל דאס ערשיינונג פונעם פרישן באנד, און אנגעוואנטשן אז מען זאל זוכה זיין לברך על המוגמר מיטן ארויסגעבן אלע בענדער אויפן גאנצן ספר הזוהר, און דערויף פארטיילט פארן ציבור קאצקע צוקער וואס איז מסוגל לישועות.
דער מעמד האט זיך געשלאסן מיט געהויבענע ריקודי קודש לכבוד התנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי, בעת ווען דער רבי שליט"א טאנצט א לענגערע צייט מיט גרויס התרוממות הנפש.








































תגובות