top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שיינעם עולם ביי שמחת החתונה בחצרות באסטאן ביתר - אשלג - יבניאל

  • לפני 9 דקות
  • זמן קריאה 2 דקות

מוצאי שב"ק פ' נצבים וילך • כ''ג אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: א אייזנבאך

בשמחה וצהלה איז געפראוועט געווארן די שיינע רבישע חתונה פון הכלה תחי' יונגסטער קינד פון כ"ק אדמו"ר מבאסטאן שליט"א פון ביתר עב"ג החתן זון פון הרה"צ ר' יחזקאל משה פרענקל שליט"א, בן הגה"צ גאב"ד יבניאל שליט"א וחתן כ"ק אדמו"ר מאשלג שליט"א.


די גרויסע שמחה איז געפראוועט געווארן אין די "גאלדן סקיי" זאל אין ביתר, אין א דערהויבענער אטמאספער פון שמחה און הרוממות הנפש.


ביים קבלת פנים האט מען אנגעטאן דעם חתן דעם קיטל פון הרה"ק רבי יששכר דוב מבעלזא זי"ע, צוזאמען מיט נאך חפצי קודש פון די צדיקים הקודמים שרפי מעלה.


דערנאך איז מען צוגעגאנגען צום מעמד החופה, וואו דער פעטער כ"ק אדמו"ר מבוטושאן בארא פארק שליט"א האט געזאגט דברי כיבושין, אזוי ווי זיין פאטער, כ"ק אדמו"ר מבוטושאן זצ"ל, פלעגט זיך נוהג זיין ביי די חופות פון זיינע צאצאים.


מיט סידור קידושין איז מכובד געווארן דער זיידע פון חתן, הגה"צ גאב"ד יבניאל שליט"א. מיט קריאת הכתובה איז מכובד געווארן דער פעטער מצד הכלה, כ"ק אדמו"ר מבאסטאן שליט"א פון הר נוף. די ערשטע פינף ברכות האט געזאגט זיידע מצד הכלה, הגה"צ גאב"ד גראסווארדיין סטעטן איילנד שליט"א, און נאך א ברכה הגה"צ רבי ישראל אהרן הלוי הורוויץ גאב"ד חוסט, מיט ברכה אחריתא איז מכובד געווארן די זיידע פון חתן, כ"ק אדמו"ר מאשלג שליט"א.


נאך די חופה האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א טענץ לכבוד שמחת החתן, ווען דער ציבור האט זיך מצטרף געווען צום ריקוד לקול תרועות הזמר.


דער ציבור האט דאן מיסב געווען צו די סעודת החתונה, און א קורצע צייט דערויף איז דער אבי הכלה, כ"ק אדמו"ר מבאסטאן שליט"א, ערשינען צו די שמחה.


דורכאויס די סעודה זענען פילע חסידים ואנשי מעשה אריבער וואונטשן לחיים ומזל טוב, און דער רבי שליט"א האט געטאנצט אין צענטער פון זאל בעוז ותעצומות צוזאמען מיט די חסידים, מעריצים און די פילע תושבי ביתר וואס זענען כסדר נהנה מאורו פונעם רבי'ן שליט"א.


במשך די סעודה האבן זיך באטייליגט כ"ק אדמו"ר מקארלין סטאלין שליט"א, וועלכער איז געטאנצן מיט'ן חתן און די מחותנים, און כ"ק אדמו"ר מסערט וויזניץ שליט"א, וועלכער האט געפראוועט א מסיבת לחיים און דערנאך געטאנצט מיט'ן חתן און די מחותנים.


אויך האבן זיך באטייליגט די אדמורי"ם מבאסטאן הר נוף, זוועהיל, בוטושאן, בוטשאן אמעריקא, נדבורנה ביתר, סטאניסלאוו, סאווראן ביתר און לעלוב ביתר, צוזאמען מיט אלע רבני הקהילות פון שטאט בית ובראשם דער מרא דאתרא הגה"צ רבי חיים ווייס שליט"א גאב"ד ביתר.


נאכן בענטשן האט מען צום ערשט אויפגערופן די זיידע פון די כלה, הגה"צ גאב"ד גראסווארדיין סטעטן איילנד שליט"א, און דערנאך די זיידע פון חתן, כ"ק אדמו"ר מאשלג שליט"א.


דערנאך האט געטאנצט די אנדערע זיידע פון חתן, הגה"צ גאב"ד יבניאל שליט"א, וועלכער האט א לענגערע צייט געזונגען ניגוני קודש המקובלים מבית אבותיו, לכבוד שמחת חתן.


ארום פיר אזייגער פארטאגס האט זיך אנגעהויבן די מצוה טאנץ פון אבי הכלה, כ"ק אדמו"ר מבאסטאן שליט"א. דער רבי האט צום ערשט משמיע געווען דברי התעוררות, וואו ער האט ארויסגעברענגט די טיפע רגשי הלב שטייענדיג אין אזא געהויבענער צייט, בפרט ביים מצוה טאנץ פון זיין יוגסטן קינד, נאכן חתונה מאכן אלע קינדער זרע ברך ה'.


דערנאך זענען געזונגען געווארן די באקאנטע ניגוני קודש מאוצר הטוב לבית באסטאן, און דער ציבור איז אריבער וואונטשן חיים אין דעם דערהויבענעם זמן. באלד דערנאך האט דער רבי שליט"א זיך אנגעגארטלט אין א פייערדיגן ריקוד לפני בתו הכלה, בעוז ובתעצומות. די חתונה האט זיך געענדיגט נאנט צו זעקס אזייגער פארטאגס.



תגובות


bottom of page