top of page
כי בא אורח: האד' מבאסטאן וויילט שבת בחצר הקודש באסטאן אין ביתר
מיטוואך פ' ואתחנן • ח' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש פארלאפענעם שבת פ' מטות מסעי האט כ"ק אדמו"ר מבאסטאן שליט"א על ישראל הדרתו אין הר נוף, געוויילט אויף שבת אין ביתר, אויף די פערזענליכע איינלאדענונג פון בן אחיו כ"ק אדמו"ר מבאסטאן ביתר שליט"א וועלכער האט פארבעטן דעם רבי'ן צו קומען משפיע זיין מאורו אויף די תושבי המקום. דער רבי האט אוועקגעגעבן אלע רבישע כיבודים דורכאויס שבת פארן חשובן פעטער דער באסטאנער רבי שליט"א, און זיך מכניע געווען מיט א זעלטענעם התבטלות.


ל"ג בעומר בחצר הקודש באסטאן ביתר | בילדער גאלעריע
פרייטאג פ' בהר בחוקתי • כ''א אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש


פינפטע הילולא קדישא פון כ"ק אדמו"ר מבאסטאן חוסט זצ"ל אפגעראכטן בחצה"ק באסטאן אין ביתר
דאנערשטאג פ' בא • ד' שבט | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: א.פ.ק. דעם זונטאג נאכט ליל ראש חודש שבט איז אויסגעפאלן די פינפטע יומא דהילולא קדישא פון כ"ק אדמו"ר מבאסטאן חוסט זצ"ל, לכבוד די יארצייט האט בנו כ"ק אדמו"ר מבאסטאן ביתר שליט"א אפגעראכטן די סעודת הילולא בבית מדרשו אין ביתר, וואו עס האט זיך אויך משתתף געווען דעם רבינס פעטער האדמו"ר מבאסטאן וועלכער האט אויפגעטרעטן מיט דברי זיכרון אין אנדענק פון זיין אומפארגעסליגער ברודער דער בעל ההילולא, נאכן סעודה איז דער רבי ארויסגעפארן בראש


שמחת התנאים בחצרות באסטאן - אשלג - יבניאל | בילדער גאלעריע
דינסטאג פ' וארא • כ"ד טבת | בחצרות הקודש דעם זונטאג שמות איז פארגעקומען די שמחת התנאים לרגל די שידוך שליסם פון די חתן א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מאשלג שליט"א, א זון פון זיין איידעם הרה"ג ר' יחזקאל משה פרענקל שליט"א רב ביהמ"ד הגדול אין יבניאל, זון פון הגה"צ ר' סיני מאיר פרענקל שליט"א גאב"ד יבניאל, מיט די כלה א טאכטער פון כ"ק אדמו"ר מבאסטאן שליט"א פון ביתר, איידעם ביי הגה"צ גאב"ד גרויסווארדיין סטעטן איילענד, די שמחה איז פארגעקומען אין די ערלויער זאל אין שטאט ביתר.


bottom of page
