יומא דהילולא פון כ"ק אדמו"ר רבי פנחס דוד מבאסטאן ואבד"ק חוסט זצוק"ל בצל בנו האד' מבאסטאן פון ביתר
- בחצרות הקודש

- 10 בפבר׳
- זמן קריאה 2 דקות
עודכן: 10 בפבר׳
מאנטאג פ' יתרו • י"ב שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אלי סגל
בחצר הקודש באסטאן אין ביתר איז פאריגע וואך ראש חודש שבט, אפגעצייכנט געווארן די פערדע הילולא קדישא פון כ"ק אדמו"ר רבי פנחס דוד הלוי מבאסטאן, ואבד"ק חוסט זצוק"ל, וואו מען האט אין דעם טאג מעלה געוועהן זכרו הבהיר. א גרויסארטיגע סעודת הילולא איז געפראוועט געווארן מיטוואך נאכט בליל ההילולא אין ביהמ"ד באסטאן אין ביתר אין שפיץ פון בנו מ"מ כ"ק אדמו"ר מבאסטאן שליט"א פון ביתר, און די ברודער פונעם בעל ההילולא כ"ק האחים האדמורי"ם מבאסטאן שליט"א.
ביי די סעודה האט מען מסיים געוועהן ששה סדרי משנה, וואס איז געלערנט געווארן דורך חברי ק"ק באסטאן, בני המשפחה, תלמידים וחסידים, לעילוי נשמתו הטהורה, דער רבי האט געמאכט דעם סיום און געזאגט קדיש, נאכן סיום האט אויפגעטרעטן דער מרא דאתרא הגאון רבי חיים ווייס שליט"א גאב"ד ביתר וועלכע האט מרחיב געווען איבער די גדלות בתורה פונעם בעל ההילולא, דערנאך האט דער רבי שליט"א מכבד געווען בנו הרה"ג ר' יהושע הלוי הורוויץ שליט"א פארצוזינגען רננו צדיקים כנהוג.
דערנאך האט אויפגעטרעטן מיט א דרשהה די מעיאר פון שטאט הרב מאיר רובינשטיין הי"ו וועלכער האט ארומגערעט איבער די ענווה ושפלות רוח וואס איז געווען דער גולת הכותרת פונעם רבינס לעבנס-שטייגער, און איז ממשיך ווייטער ביי בנו חביבו דער רבי שליט"א דאהי אין ביתר. שיינע דברי זכרון איז געהערט געווארן דורכן רבי'ן שליט"א וועלכע האט מעלה געווען דעם טאטנס פעולות לחיים עלי אדמות, אין די שלושת עמודי עולם תורה עבודה און גמילות חסדים.
במשך די סעודה האבן זיך משתתף געוועהן הגאון רבי אברהם שרגא שטיגליץ שליט"א רב קהל חסידי צאנז אין ביתר, הרה"צ רבי פנחס שלום פינטער שליט"א איידעם פונעם בעל ההילולא, און נאך חשובע רבנים ודיינים פון שטאט.
נאכן סעודת הילולא איז דער רבי שליט"א מיט די חסידים ארויסגעפארן צום ציון בחלקת באסטאן אויפן הר הזיתים, מעתיר צו זיין בתפילה ותחנונים לישועת הכלל והפרט, מען האט געזאגט ספר רביעי שבתהילים, און דער ציבור איז דורך מיט קוויטלעך להפקד בדבר ישועה ורחמים.



































header.all-comments