top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מאסן חסידים אונטערן רושם פון געהויבענער שמחת נישואין בחצרות סאטמאר - דושינסקיא

לפני שעה (1)
זמן קריאה 4 דקות

מוצאי שבת פרשת לך לך • י"ג חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אחים לאנטשעסווקי

ברגשי גילה ושמחה האבן אלפי חסידים ואנשי מעשה זיך מיטגעפריידט ביי די גרויסע רבישע חתונה בחצרות סאטמאר - דושינסקיא, שמחת הנישואין פון החתן א זון פון הגה"צ רבי דוד דוב מדושינסקיא שליט"א רב דביהמ"ד אהל פיגא זון פון כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, עב"ג די כלה א טאכטער פון הרה''ג רבי יחזקאל דוד זינגער שליט"א ר"מ בישיבה קטנה סאטמאר וויליאמסבורג סניף "אהבת התורה", בן הגה"צ רבי שמואל צבי שליט"א מאלכסנדר, וחתן הגה"צ רבי יקותיאל טייטלבוים שליט"א.


ביים מעמד קבלת פנים האט מען געהערט די חרוזים פונעם בדחנא דמלכא הרה"ח ר' מרדכי דוד עסטרייכער הי"ו, ביי וועלכן ער האט אויסגערעכנט די נעמען פון די צדיקים קדושי עליון שרפי מעלה וואס מען איז מקבל פנים ביי די גרויסע שמחה.


דערנאך דער סאטמארער רבי שליט"א געטרונקן לחיים און געוואונטשן פאר'ן חתן, מחותנים און געהויבענע זיידעס שליט"א, און דאן משמיע געווען דברות קודש און דברי התעוררות אין דעם זמן מיוחד.


נאך'ן ממשיך זיין מיט ניגוני התעוררות, איז מען ארויס צום באדעקן און די חופה, און אינצווישן האט דער רבי שליט"א מסדר געווען דעם שטר כתובה, אויף וואס עס האבן אונטערגעשריבן די עדות, הנגיד ר' משה חיים גאלדשטיין הי"ו פון קרית יואל, און הנגיד ר' יקותיאל דוד אהרן ווייס הי"ו פון וויליאמסבורג.


מיט סידור קידושין איז מכובד געווארן דער עלטער-זיידע הגה"צ אבד"ק פאקשעווניץ-טשענסקאוויטץ שליט"א. די "עדי קידושין" זענען געווען: הגה"צ רבי יקותיאל יודא רובין שליט"א אדמו"ר מדינוב-מאנסי, און הגה"צ רבי מאיר אליעזר פריעדמאן שליט"א ר"מ בישיבה גדולה סאטמאר.


מיט "קריאת הכתובה" איז מכובד געווארן דער זיידע הגה"צ רבי שמואל צבי זינגער שליט"א מאלכסנדר, מיט די "ברכות ראשונות" דער זיידע כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א, און מיט "ברכה אחריתא" דער זיידע הגה"צ רבי יקותיאל טייטלבוים שליט"א.


נאך די חופה האט דער סאטמארער רבי שליט"א געוואונטשן פאר חתן וכלה, מחותנים און זיידעס, און א ברכה כללית פאר אלע משתתפים ביי די שמחה. דאן האט מען זיך ארויסגעלאזט אין דעם געהויבענעם מחול לצדיקים, וואס האט אהעגנאלטן א שיינע וויילע.


נאך די חופה האט דער דושינסקיא רבי געדאווענט מעריב אינאיינעם מיט די חסידים און געסט וואס זענען געקומען צופארן צו די שמחה פון נאנט און פון ווייט, און נאך מעריב איז געווען א געלעגנהייט דורכצוגיין וואונטשן מזל טוב. אינצווישן האט דער ציבור זיך אוועגעזעצט צו די סעודה הגדולה וואס איז סערווירט געווארן דורך די היימישע עסקנים, ווען באזונדערע טישן זענען געווען רעזערווירט פאר די געסט חסידי דושינסקיא.


צו די באשטימטער זמן האט מען אויפגענומען די זיידעס האדמור"ים שליט''א בשירה ובזמרה, און במשך די סעודה האט מען געהערט הערליכע פרקי שירה וזמרה, אנגעפירט דורך מוה"ר יששכר אמטוגאן הי"ו.


דערויף איז דער חתן שליט"א ערשינען צו די ריקודין, ווען דער רבי שליט"א האט זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגן טאנץ מיטן חתן, וינועו אמות הסיפים. דערנאך האט מיטגעטאנצט דער זיידע כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א און די אנדערע געהויבענע זיידעס און מחותנים שליט"א, און די ריקודין זענען נמשך געווארן במשך די נאכפאלגענדע שעות, ביי די רינגען אין צענטער פון ביהמ"ד, ביי וועלכן עס האבן געטאנצט מיטן חתן, די געהויבענע מחותנים, פעטערס און בני משפחה.


בשעת די ריקודין איז די זיידע האדמו"ר מדושינסקיא אראפ אינעם חלל פון ביהמ"ד וואו דער רבי האט זיך ארויסגעלאזט אין א טאנץ מיטן חתן און מחותנים און באזונדער מיט די זיידעס הרבנים הגאונים הצדיקים שליט"א.


אום עלף אזייגער האט מען געענדיגט טאנצן, און מ'האט גלייך צוגעגרייט דעם ביהמ"ד צו ריקודין של מצוה.


נאכדעם וואס דער רבי שליט"א איז צוריק ערשינען אין ביהמ"ד, איז מכובד געווארן מיט "ברכת המזון" דער עלטער-פעטער הגה"צ רבי ברוך זינגער שליט"א אבד"ק וראש ישיבת אלכסנדר, מיט די "ברכות ראשונות" דער עלטער-פעטער כ"ק הגה"צ אבדק"ק סאטמאר 15'טע עוו. שליט"א, און מיט "ברכה אחריתא" דער עלטער פעטער הגה"צ רבי אשר אנטשיל שעהר שליט"א אבדק"ק קלעסאן.


דער בדחנא דמלכא הרה"ח ר' מרדכי דוד עסטרייכער הי"ו האט דאן אויסגערופן דעם רבי'ן שליט"א צום מצוה טאנץ, איידער דער רבי שליט"א האט צוגעטרעטן צו די ריקודין, האט מען צוזאמען געזינגען דעם זמר אויף "ואילו פינו אלף שירה כים", בשיר שבח והודיה להשי"ת על רוב רחמיו וחסדיו.


נאך'ן וואונטשן לחיים פאר'ן חתן, מחותנים און זיידעס, האט דער רבי שליט"א זיך אויפגעשטעלט און געוואונטשן דעם גאנצן ציבור. דאן האט דער רבי שליט"א אפגעראכטן דעם עבודת הקודש פון די ריקודין לפני הכלה מיט אן אש להבת שלהבת, טאנצנדיג אהין און צוריק, און זייענדיג רוקד על מקומו מיט א געוואלדיגן התלהבות און התרגשות.


נאך א לענגערע צייט פון די ריקודין לפני הכלה, האט דער רבי שליט"א ממשיך געווען די ריקודין מיטן חתן שליט"א, און דערנאך אריינגענומען דעם אבי החתן צוזאמען מיט די בני משפחה, בעת ווען דער רינג האט זיך כסדר פארברייטערט מיט די געהויבענע בני משפחה, קינדער און אייניקלעך פון רבי'ן שליט"א, ויצ"ח פון מרן הרה"ק בעל הברך משה זי"ע.


שפעטער האט דער רבי שליט"א זיך ארויסגעלאזט אין א פערזענליכן ידידות'דיגן טאנץ מיט מחותנו כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א, וואס איז געווען א מחזה הוד, און עקסטער מיט חתנו כבנו הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א. דערויף האט דער רבי שליט"א אנגעוואונטשן פאר חתן וכלה מיט ברכות לרוב.


מ'האט דערנאך ממשיך געווען מיטן מצוה טאנץ, דורכ'ן עלטער-זיידן הגה"צ מפאקשעווניץ-טשענסקאוויץ שליט"א, און דערנאך דער געהויבענער מצוה טאנץ דורכ'ן זיידן כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א, וואו דער בדחן האט פאסיג באגריסט דעם רבי'ן שליט"א ממנהיגי היהדות הנאמנה בעיר השם שמה, און דערמאנט די אבות הקדושים, מרי דארעא קדישא וואס קומען אראפ צו די שמחה, דאן האט דער רבי אפגעראכן די ריקודין קדישין מיט א געוואלדיגן התלהבות און ברען. דערנאך איז דער רבי געטאנצן מיט יוצאי חלציו די משפחת המלוכה.


דערויף זענען מכובד געווארן מיט די ריקודין די געהויבענע זיידעס הגה"צ רבי שמואל צבי זינגער שליט"א און הגה"צ רבי יקותיאל טייטלבוים שליט"א, און מ'האט אויפגערופן די געהויבענע פעטערס בני וחתני כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א און בני וחתני וגיסי כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א.


נאך די געהויבענע מצוה טענץ פון די מחותנים אבי החתן והכלה שליט"א און פון חתן וכלה, האט זיך די חתונה אפגעענדיגט אין א געהויבענע שטימונג פון וואס מ'האט זיך אזוי שווער געקענט שיידן.



תגובות


bottom of page