יערליכע שבת התאחדות דורך חסידי אשלג אין אתרא קדישא מירון
- לפני 2 דקות
- זמן קריאה 1 דקות
דינסטאג פ' שופטים • כ''ח אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

ווי יאר יערלעך האבן זיך חסידי אשלג צוזאנגענומען צו א דערהויבענע שבת התאחדות אין אתרא קדישא מירון, בראשות כ"ק אדמו"ר מאשלג שליט"א, און בהשתתפות מחותנו כ"ק אדמו"ר מקאמארנא רמת שלמה שליט"א.
ערב שבת איז פארגעקומען דעם גרויסן מעמד סיום הזוה"ק, אין זאל בני עקיבא אין מירון, וואו דער רבי האט מסיים געווען דעם גאנצן זוה"ק, און דערנאך גלייך אנגעהויבן דעם נייעם מחזור פון לימוד הדף היומי בזוה"ק.
די תפילות און סעודות השבת זענען פארגעקומען אינעם מתחם בני עקיבא העכער דעם ציון הרשב"י, וואו דער ציבור האט געהאט די זכי' זיך צו דערהייבן בצל קדשו פון רבי'ן שליט"א.
ליל שבת קודש, נאכדעם וואס דער רבי שליט"א האט איבערגעגעבן דעם שיעור אין זוה"ק, איז דער רבי שליט"א אראפגעגאנגען צוזאמען מיטן עולם אויפן דאך פונעם ציון הק' צו דאווענען קבלת שבת.
אזוי ווייטער איז געפראוועט געווארן דעם גאנצן שבת, מיט א געהויבענע און אחדות'דיגע אטמאספערע, בצל האי צדיקא רשב"י זיע"א.





































תגובות