לברך ולהתברך: האד' מתולדות אהרן באזוכט ביים פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך צום נייעם יאר
- לפני 38 דקות
- זמן קריאה 1 דקות
מיטוואך פ' כי תבא • י''ג אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

דעם זונטאג נאכמיטאג איז כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א אנגעקומען אויף א באזוך לביתו נאווה קודש פונעם פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א בעל תשובות והנהגות, זייענדיג אונטערוועגנס קיין בית שמש וואו דער רבי האלט זיך אויף דורכאויס די וואך אויפצונעמען די חיסידים צום נייעם יאר. דער רבי האט דורש געוועהן בשלומו פונעם גאון און מען האט אריינגעברענגט כיבוד, עס איז דערביי געשאפן געווארן א לענגערע שמועס איבערן מצב הדור ביי וועלכן דער פוסק הדור האט זיך שטארק מתמרמר געווען איבער די רדיפות הדת אין ארץ ישראל, איבערהויפט דער גזירה איומה פון גיוס בני הישיבות וואס פלאגט די לומדי התורה אברכים און בחורים. ביים ענדע פונעם באזוך האט דער רבי זיך געוואונטשן מיטן פוסק הדור א גוט געבענטשט יאר און א שנת גאולה וישועה, ונפרדו לשלום.









תגובות