הוציאו תיבה לרחובה של עיר: חצר הקודש וויזניץ וועט אפהאלטן מאסן "עצרת לימוד" אין ליכט פון גזירת הגיוס
- לפני 51 דקות
- זמן קריאה 2 דקות
דינסטאג פ' חקת בלק • ט"ו תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

אין די צייט וואס דאס יהדות החרדית אין ארץ ישראל געפינט זיך אין א שטורמישע תקופה אין שאטן פון די ביטערע גזירת גיוס בני הישיבות וואס הויערט ווי א שווארצע וואלקן איבערן עתיד פון דעם עולם התורה, ווערט אצינד געמאלדן איבער א אייגנארטיגע תורה'דיגע מחאה אין א בחינה פון "הוציאו תיבה לרחובה של עיר", וואס וועט ווערן אפגעהאלטן מארגן מיטוואך דורך הונדערטער חסידי וויזניץ, בהוראת הקודש ובברכתו פון כ"ק אדמו"ר מווויזניץ שליט"א.
אנדערש ווי די באקאנטע סארט דעמאנסטראציעס און שטורמישע הפגנות וואס מען איז צוגעוואוינט אין די לעצטע תקופה, וועט די דאזיגע מחאה אונטערן לאזונג "זעקת התורה" פארקומען אויף אן אנדערן פארמאט, עס וועט זיין נישט קיין געווענליכע פראטעסט מיטן בלאקירן גאסן א.ד.ג., נאר דורכ'ן אויפשטעלן אן אקטיון בית מדרש גלייך קעגנאיבער די אפיסעס פון א העכסט-פראמינענטע פיגור אינעם אטוירני דזשענעראל ביורא, יועצת המשפטית, וואו די הונדערטער אברכי הכוללים דחסידי וויזניץ וועלן פארזעצן מיט זייער קביעות'דיגער סדרי הלימוד ברציפות.
לויטן אויסגעארבעטן פלאן פון די עסקנים, וועלן די הונדערטער יונגעלייט אנקומען מארגן מיטוואך מיט זייערע גמרות, ספרי קודש און שטענדערס, און זיך דארט באזעצן, פארוואנדלענדיג דעם גאנצן שטח אין א לעבעדיגע ביהמ"ד. במשך א גאנצע שעה וועלן זיי הארעווען על התורה ועל העבודה, אזוי אז דער מעכטיגער קול התורה וועט אפקלינגען און מרעיש זיין עולם ומלואו, אלס א קלארער ענטפער קעגן די פארשארפערטע גזירה.
דעם פונקטליכן ארט פונעם עצרת איז נאכנישט געמאלדן געווארן דורך די עסקנים, און לויט ערשטע באריכטן קוקט אויס אז די מאסן וועלן זיך צנויפקומען קעגנאיבער די אפיציעלע אפיסעס פון די יועמשי"ת אין ירושלים, און קלארשטעלן קבל עם ועולם, אז דער ביטערער פרואוו צו דערשטיקן די לומדי תורה וועט בלויז מער פארמערן און פארשטארקערן דעם קול התורה.







