top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

פאראייניגטע מכתב אזהרה פון גדולי האדמורי"ם צו בחורי ישראל זיך נישט צו רעקרוטירן צו קיין שום אפטיילונג פון צה"ל

לפני 4 שעות
זמן קריאה 2 דקות

דינסטאג פ' האזינו • ה' תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש

אין א דראמאטישע אנטוויקלונג אנבאלאנגט די ביטערע גזירת גיוס בני הישיבות בארה"ק איז אין די טעג פארעפנטליכט געווארן א זעלטענער פאראייניגטער מכתב אזהרה אונטערגעשריבן דורך צענדליגער גדולי האדמורי"ם ומנהיגי עולם החסידות אין ארץ ישראל, וואו זיי טוען אויסרופן דעם פשרה'לאזן דעת תורה הצרופה מיט א הייסע ווענדונג צו די צענדליגער טויזנטער בחורים און יונגעלייט מ'זאל זיך ח"ו נישט אנשליסן אין קיין שום אפטיילונג פונעם טמא'נעם צה"ל, און מ'זאל זיך נישט לאזן איבעררעדן פון די געמיינע הסתה והדחה ווי כאילו אין געוויסע אפטיילונגען איז נישטא דער פראבלעם פון דינען אין צה"ל, חס וחלילה.


אינעם בריוו ווערט ארויסגעברענגט אז ס'איז לעצטנס געעפנט געווארן פארשידענע אפטיילונגען אין די מיליטער מיט'ן איינעם שענדליכן ציל אריינצושלעפן ערליכע בחורים אין מיליטער, מיט א שלייער אז אין די דאזיגע אפטיילונגען וועט מען נישט גיין מיט מיליטערישע מונדירן, און דאס דארף כלומר'שט נישט האבן דעם אלגעמיינעם גיוס פראבלעם פון עקירת התורה והיהדות.


דעריבער רופן די מנהיגי הדור מיט א הייסע און שארפע ווענדונג צו אלע יונגעלייט און בחורים, אז מ'טאר נישט גיין צו אפילו אזעלכע אפטיילונגען, אפילו ס'איז באשטימט נאר פאר חרדים, בני אל תלך בדרך אתם מנע רגלך מנתיבתם.


אויפ'ן קול קורא איז אונטערגעשריבן די גדולי מנהיגי עולם החסידות בארה"ק, כ"ק האדמורי"ם מגור, בעלזא, וויזניץ, טשערנאבל, צאנז, סלונים, באיאן, ראחמיסטריווקא, סערט וויזניץ, ערלוי, פינסק קארלין, מאכנובקא-בעלזא, נדבורנא, סאדיגורא, אלכסנדר, ביאלא, דזיקוב וויזניץ, זוועהיל, לעלוב, מודזיץ, סטריקוב און נאך.


דער בריוו איז עטליכע וואכן געליגן על שלחנם פון די אדמורי"ם, וועלכע האבן אויסארבעט דעם נוסח ביז זיי האבן געגעבן די געמיינזאמע הסכמה דאס מפרסם צו זיין, וואס ווי געזאגט איז עס נארוואס ארויסגעגעבן געווארן פאר די ברייטע חסיד'ישע גאס, און ווערט אויפגענומען מיט א געוואלדיגע ערנסטקייט און אנטשלאסנקייט איבער אלע ישיבות און כוללים לעשות ככל אשר יורוך.



תגובות


bottom of page