top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מצאנז וועט מארגן דאנערשטאג מוחה זיין בראש קהל חסידיו ביי כלא 10 אין ליכט פון ארעסט אויף צאנזער חסידים

  • לפני שעה (1)
  • זמן קריאה 1 דקות

מיטוואך פ' דברים • א' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

ווידעראמאל וועט ארץ הקודש אויפגעשטורעמט ווערן מיט א מחאה אדירה, אפצושרייען די שרעקליכע גזירת הגיוס, דאסמאל דורך עדת חסידי צאנז באלפיה וואס וועלן מארגן דאנערשטאג מוחה זיין פארנט פון די טרויריג בארימטע מיליטערישע טורמע נומער 10, ומלכם בראשם כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א.


די מחאה קומט אין ליכט פון דעם וואס די גזירה איומה פארשטארקט זיך מיום ליום, והרשעים כים נגרש מיט די כסדר'דיגע פרישע ארעסטן אויף בחורי ישראל, און באזונדער האט דאס באטראפן חסידי צאנז, ווען א יונגערמאן און א בחור חסידי צאנז, פון חשוב'ע משפחות בנש"ק אינערהאלב די קהלה, זענען בארבאריש אריינגעשליידערט געווארן אין טורמע דורכאויס דעם פראצעדור פון ערלעדיגן א פטור, פאר'ן איינציגן חטא פון נישט וועלן גיין אין טמא'נעם צה"ל.


בהוראות הקודש פונעם מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א האבן זיך די עסקני הקהלה אריינגעווארפן אין די פלענער פון ארגאניזירן א מחאה אדירה, וואס זאל אפהילעכן מסוף העולם עד סופו, און ענדגילטיג איז באשטעטיגט געווארן אפצוהאלטן אויף מארגן דאנערשטאג דברים די עצרת מחאה ווען טויזנטער חסידים יונג-און-אלט וועלן ארויסקומען פארנט פון די מיליטערישע טורמע 10 וואס געפונט זיך אין בית ליד, נישט ווייט פון נתני'.


ביי די מעמד העצרת וועט מען הערן דברים חוצבים בדבר המחאה דורך די רבני הקהלה, מחזק צו זיין די אסירי התורה מבני הקהלה, און אויסרופן דעם קול מחאה קעגן די מפירי התורה.


דערביי וועט מען האבן די זכי' אז דער רבי שליט"א וואס וויילט אין די יעצטיגע וואכן אויף אפרו אין קיסריה, וועט זיך ספעציעל מטריח זיין און זיך משתתף זיין בראש העצרת, ומי ראה את אלה יוצא ולא יוצא.

bottom of page