top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אנטוויקלונגען איבער גזירת הגיוס וועט באהאנדלט ווערן צווישן פירנדע אדמור"ים חברי המועצת און גדולי מנהיגי עולם התורה

  • Bechatzros admin
  • לפני 29 דקות
  • זמן קריאה 1 דקות

דאנערשטאג פ' שמות • י"ט טבת | בחצרות הקודש

עס איז נארוואס באשטעטיגט געווארן אז קומענדיגע וואך וועלן אפגעהאלטן ווערן א רייע אסיפות צווישן די גדולי האדמור"ים חברי מועצת גדולי התורה ה"ה כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א און כ"ק אדמו"ר ממודזיץ שליט"א מיט די גדולי מנהיגי עולם התורה פון די ליטווישע קרייזן, וואו מ'וועט באהאנדלען די ביטערע גזירת הגיוס העומד על הפרק.


דאס קומט נאך די נעכטיגע אסיפת מועצת גדולי התורה וואו עס איז אויסגעשמועסט געווארן די חילוקי דעות צווישן די גדולי התורה והחסידות איבער דעם געפלאנטן חוק הגיוס, זענען די גדולי האדמור"ים געקומען צו א מסקנא אז איידער מען מאכט א הכרעה איבער דעם האקעלע ענין, איז ראטזאם צו הערן דעם דעת תורה פון די ליטווישע ראשי הישיבות, און מקיים זיין דעם תשועה ברוב יועץ.


דעריבער איז באשלאסן געווארן אז די צוויי חברי המועצת האדמור"ים מצאנז און מודזיץ וועלן ארומגיין צווישן די שטובער פון די ראשי הישיבות, בשליחות פונעם מועצת גדולי התורה פון אגודת ישראל, און בכובד ראש באהאנדלען דעם שווערן מצב, און דער ריכטיגער אפעקטיווער מהלך און לעזונג צו די ביטערע צרה, און האפענטליך קומען צו אן עמק השווה נישט דורכצולאזן קיין שום גיוס געזעץ וואס פארמאגט פשרות אדער סאנקציעס אויף לומדי תורה.


אין בעפארברייטונג צו די אסיפות קומענדיגע וואך, איז כ"ק אדמו"ר ממודזיץ שליט"א היינט אראפגעפארן קיין ירושלים אויף א פריוואטער באזוך ביי כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א וואו די אדמור"ים האבן א לענגערע צייט דן געווען אינעם חומר הנושא.

bottom of page