top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

טויזנטער ברסלב'ער קינדער מוחה געווען ביי טורמע נומער 10 קעגן ארעסטן אונטערוועגנס קיין אומאן

לפני 6 דקות
זמן קריאה 1 דקות

דינסטאג פ' נח • ב' חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שמואל דריי, JDN

טויזענטער ילדי חמד תלמידים פון אלע ברסלבע תלמודי תורה אין ארץ ישראל, האבן זיך נעכטן פארזאמלט צו א גרויסע עצרת תפילה פארנט פון די מיליטערישע טורמע נומער 10 אין ארץ ישראל, אלס רעאקציע צו די ארעסטן פון צענדליגער ברסלבער אינגעלייט און בחורים וועלכע זענען ארעסטירט געווארן ביים ארויספארן אדער צוריק קומען פון אומאן דעם יום טוב ראש השנה.


די מעמד אונטערן נאמען "צעקת הלב", איז פארגעקומען אין שפיץ פון גדולי רבני ומשפיעי ברסלב בארה"ק, ועל צבאם דער פאר הדור כקש"ת הגה"צ ר' יעקב מאיר שעכטער שליט"א.


די סדר המעמד האט זיך אנגעהויבן מיט פרקי תהלים און דערנאך איז געהערט געווארן עטליכע דרשות חיזוק והתעוררות דורך די חשובע משפיעים אינצווישן זיי פון הגה"צ רבי משה קרעמער שליט"א ממנהיגי חסידי ברסלב. בין הפרקים האבן די טויזענטער קינדערלעך אינאיינעם אויסגעשריגן די נעמען פון די בחורים וואס שמאכטן דארט אין תפיסה, וואס האט אפגעקלינגען ביז גאר ווייט.


צום הויכפונקט האט דער פאר הדור הגה"צ ר' יעקב מאיר שעכטער שליט"א משמיע געווען רירנדע דיבורים פאר די קינדערלעך, און געזאגט אז כדי צו קענען ממשיך זיין ריינע דורות דארף מען לעבן מיט מסירת נפש, און אט דאס איז וואס מען לעבט מיט אצינד, מען דארף זיך מוסר נפש זיין אויף אידישקייט, און אזוי איז מען זוכה צו אלע השפעות. צום שלוס האט דער רב שליט"א פארגעזאגט שמע ישראל און פסוקי יחוד מיט אן אומבאשרייבליכע התעוררות.


נאכן עצרת ביים טורמע איז הרה"צ רבי יעקב מאיר שליט"א ארויסגעפארן קיין עיר הקודש טבריה וואו ער וועט זיך אויפהאלטן די קומענדיגע טעג אויף אפרוה אין די דירה פון הרבני הנגיד ר' חיים יהודה לעפקאוויטש הי"ו.



תגובות


bottom of page