הילולא קדישא פון הגה"ק מהרי"ץ דושינסקיא זי"ע אפגעראכטן ערב יום טוב סוכות בצל נכדו האד' מדושינסקיא
דינסטאג פ' נח • ב' חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער,JDN
דעם ערב חג הסוכות, איז אפגעצייכענט געווארן די יומא דהילולא קדישא פונעם מרא דארעא דישראל מרן הגה"ק מהרי"ץ דושינסקיא זי"ע.
בליל ההילולא קדישא ערב סוכות ליל י"ד תשרי האט נכדו כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א פארגעלערנט משניות אין די ישיבה גדולה, און דערנאך געפראוועט דעם שולחן הטהור אינעם היכל התורה אין בנין בחץ המדרש הגדול היכל מהרי"צ דושינסקיא, וואו דער רבי שליט"א האט אויפגעטראטן מיט לענגערע דברי תורה במשנתו הטהורה.
דאן האט אויפגעטרעטן הגה"צ ראש ישיבצת נייטרא שליט"א וועלכע האבן ארומגערעדט א לענגערע צייט במשנתו של בעל ההילולא, און ארויסגעברענגט פילע שטריכן פון די הייליגע הנהגה און מסורת הדורות וואס דער אלטער רבי זי"ע האט איבערגעגעבן פאר די תלמידים.
צומארגנס ערב חג הסוכות האט דער רבי שליט"א געדאוונט תפילת שחרית כוותיקין, און נאכ'ן לימוד המשניות אפגעראכטן א שולחן לחיים לכבוד היום. דערנאך איז מען אינאיינעם ארויף פוקד זיין ציון קדשו אויפן בית עלמין נעבן די שערי צדק שפיטאל אין ירושלים, און מתפלל געווען פאר'ן כלל און פאר'ן פרט.
נאכן עלייה לציון איז דער רבי צוגעגאנגען צו עטליכע ציונים צווישן זיי הגה''ח ר' שמחה יהודה טעמפלער ע"ה לאנגיעריגער משגיח רוחני אין די דושינסקיא ישיבה לכבוד די יארצייט וואס געפאלט אויס אין די טעג, און פון הבחור החשוב יוסף עמרם טויבער ז"ל אייניקל פון אביו כ"ק אדמו"ר מהרי"ם דושינסקיא זצ"ל וואס איז ליידער טראגיש אומגעקומען אינעם מירון אומגליק בשנת תשפ"א.





















תגובות