top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

עיני העדה: האד' מטאהש וועט אריבערגיין קומענדיגן מיטוואך אפעראציע אויף די אויגן

לפני 50 דקות
זמן קריאה 1 דקות

מאנטאג פ' נח • א' חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

טאהשער חסידים בכל מקומות מושבותיהם און ספעציעל די תלמידי המוסדות וועלן דעם מיטוואך מתפלל זיין פארן רועה נאמן כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א, וועלכער איז ערווארטעט דורכצוגיין א לייכטע אפעראציע אויף די אויגן, אין אין א שפיטאל אין פלארידע.


דער רבי שליט"א האט די לעצטערע תקופה געליטן פון א שוואכקייט אין די אויגן, און נאכדעם וואס די דאקטוירים האבן בודק געווען און דורכגעפירט די נויטיגע אונטערזוכונגען, האבן זיי באשטעטיגט אז דורכ'ן דורכפירן א ספעציעלע פראצעדור ארום די אויגן, וועט מען קענען פארבעסערן דעם רבינס זיכט בס"ד און דער רבי וועט קענען ווייטער אנגיין מיט די עבוה"ק בלי שום מיחוש.


די ערשטע פון די צוויי אפעראציעס איז באשטימט אויף די וואך מיטוואך נח, אין א שפיטאל אין פלארידע נישט ווייט פון פארט לאראדעיל, וואו דער רבי שליט"א האלט זיך אויף די יעצטיגער וואכן אויף אפרוה.


דער רבי שליט''א וועט מארגן דינסטאג אריינפארן אין שפיטאל אויף א סעריע רוטינע טעסטס איידערן אפעראציע דעם מיטוואך, און וועט אין די נאכפאלגנדע טעג פון די פראצעדור זיך אויפהאלטן בביתו נאוה קודש אין פארט לאראדעיל, ביזן צווייטן פראצעדור און זיך דאן אומקערן אהיים למעון קדשו אין קרית טאהש.

תגובות


bottom of page