top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בואו ונצא: האד' מסאדיגורא וועט גרינדן קהלה אין שטאט "חריש" און רופט חסידים ארויסצוגיין אהין וואוינען

לפני שעה (1)
זמן קריאה 2 דקות

מאנטאג פ' נח • א' חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

אין א קריטישע שריט צו לעזן דעם שווערן דירות-מאנגל און טייערע פרייזן פאר דירות אין די גרעסערע שטעט אין ארץ ישראל, איז מען בחצר קודש סאדיגורא ארויס א רוף צו די אינגעלייט צו טאן דעם פאסיגן שריט און ארויסגיין וואוינען אין שטאט "חריש", וואו עס וועט מיטן אויבערשטנס הילף געגרינדעט ווערן א סאדיגורא קהילה.


אין די צייט וואס א גרויסער צאל יונגעלייט האבן זיך די לעצטערע יארן אנגעהויבן ארויסציען אין נייע ישובים, וואו עס זענען אויסגעשטיגן הערליכע קהילות, איז דאס נאך אלץ נישט נאגעקומען דעם דירות געברויך פאר'ן שנעלן וואוקס בליעה"ר, און דעריבער איז כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא שליט"א דורכאויס די פארגאנגענע חדשים ארומגעפארן צווישן פארשידענע נייע ישובים לענגאויס ארץ ישראל, צו באטראכטן די מעגליכקייט צו גרינדען א קהילה אין איינע פון די שטעט וואו עס ווערן פארקויפט דירות פאר ביליגערע פרייזן.


נאכן דורכטון און זיך נאכפרעגן איבער די מעלות און חסרונות פון יעדן פלאץ באזונדער האט דער רבי שליט"א געגעבן א גרינע ליכט פאר די עסקנים פאראויסצוגיין מיט די פלענער אוועקצושטעלן א קהילה אין דער נייע חרדישע ישוב אין חריש. די נייעס איבער די הרחבת גבולי הקדושה איז געמאלדן געווארן דעם יום טוב שמחת תורה דורכן וועד הדיור בחצר הקודש סאדיגורא.


די שטאט חריש וואס געפונט זיך אין צענטער פון ארץ ישראל, א קארגע שעה צו פארן פון די צענטראלע חרדי'שע שטעט ווי בני ברק און ירושלים, און געפונט זיך מער ארויף צפון זייט, איז אין די לעצטערע יארן פארוואנדלט געווארן אין א חרדי'שע פעסטונג, מיט דריי טויזענט חרדישע משפחות וואס האבן זיך אהינגעצויגן אין די לעצטע דריי יאר.


דערצו איז נישט לאנג צוריק באשטעטיגט געווארן פרישע מאסיווע פלענער צו דראסטיש פארגרעסערן די שטאט, מיטן פלאן צוצולייגן פרישע ריזיגע שטחים אין די ארומיגע געגנטער, מיט א מאסיווע פראיעקט אויפצובויען גאנצע צוואנציג טויזענט פרישע דורות פאר היימישע אידן, מיט פאסיגע פרייזן וואס חסידישע אינגעלייט זאלן זיך קענען ערלויבן.


עס איז געלאזט געווארן אין שוואונג א "הרשמה" אין וועלכן א שיינעם מספר אינגעלייט האבן זיך שוין איינגעשריבן צו קויפן א דירה אין איינע פון די נייע דירות פראיעקטן אין די חרדישע געגענט וואס וועט זיין אויסגערישט מיט אלע נויטיגע אינפרוסטרוקטור און צוגעהערן.



תגובות


bottom of page