מקח געשלאסן אויף נייעם גיגאנטישן בנין אין מאנסי פאר תלמוד תורה "עבודת משולם פייש דטאהש"
מיטוואך פרשת בראשית - כ"ו תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש

חסידי טאהש פון אלע מקומות זענען אויף מיט די הרחבת גבולי הקדושה אינערהאלב מוסדות טאהש אין ניו יארק וואס שפאנט פאראויס מחיל אל חיל, ווען אין אין סאמע ברען פון פארנומענעם ערב יום טוב סעזאן איז די הנהלת די המוסדות אין מאנסי אריינגעשפרינגען אין א מולטי-מיליאן דאלאר'דיגן קאנטראקט אויף א גיגאנטישן תלמוד תורה געביידע און ארומיגע שטח אדיר, פארן פרעכטיגן אויפבלי פון "תלמוד תורה עבודת משולם פייש טאהש".
דער בנין המוסדות החדש ושטח האדיר, געפינט זיך אויף א סטראטעגישע לאקאציע אין צענטער פון שטאט מאנסי אויף די צענטראלע הייוויו גאס, נאנט צו די היימישע באוואוינטע געגענטער און אין צענטער פון די בתי חינוך ראיאן אין שטאט מאנסי. דער בנין פארקערפערט אלע איינצלהייטן פארן געברויך פון א רחבות'דיגער תלמוד תורה פעסטונג, מיט ברייטע קלאס-צימערן, א פראכטפולן היכל בית המדרש, א גרויסער עס-זאל און אהערגעשטעלטע קיך, א צאל שיינע אפיסעס און נאך פולע דעטאלן וועלכע ערגענצן דעם בנין אלס פאסיגער אכסניא של תורה.
דאס קומט אין א צייט וואס די טאהש'ער מוסדות אין שטאט מאנסי צייכענט אפ פיר יאר זינט איר התייסדות, אויסשטייגנדיג אלס ליכטיגער לויטערער חינוך פעסטונג על דרך ישראל סבא.
אין די זעלבע צייט איז געמאלדן געווארן די פייערליכע נייעס אז ת"ת "עבודת משולם פייש" אין בארא פארק גרייט זיך בעזהי"ת אריינצוציען אין א נייעם הערליכן לאקאל אויף די העכערע שטאקן פון ביהמ"ד טאהש אויף דער פערצענטער עוועניו. דער נייער לאקאל גייט אצינד אריבער מאסיווע קאנסטרוקציע ארבעט, כדי אויסצושטאטן דעם בנין התלמוד תורה מיט ברייטע און רחבות'דיגע קלאס צימערן אויסגעשטעלט לויט די באדערפענישן פון די תלמידים.
אין דעם נייעם בנין וועלן די געטרייע מלמדים אינעם טאהשער תלמוד תורה, וואס האט זיך קונה שם געווען אלס אן אויסגערופענער תלמוד תורה אין בארא פארק, ווייטער ממשיך זיין ביתר שאת אריינצולייגן אויסטערלישע כוחות מחנך צו זיין יעדעס קינד על פי דרכו.





תגובות