top of page
אתרא דמר: יומא דהילולא פון הרה"ק מטאהש זי"ע ז"ך אב בצל האד' מטאהש אין קרית טאהש קאנאדע
דאנערשטאג פ' שופטים • ל' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש טויזענטער אידן האבן זוכה געווען אויסצו'פועל'ן ישועות ורפואות וכל משאלות לבם לטובה, אינעם עלעפטן יומא דהילולא קדישא פון הרה"ק מטאהש זי"ע דעם ז"ך מנחם אב, און מיט א באזונדערע התרוממות דקדושה איז געפראוועט געווארן די גרויסע טאג ביי תלמידי וחסידי טאהש המקושרים לאילנא דחיי, בצילא דמהימנותא פון בנו ממלא מקומו כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א, אין קרית טאהש המעטירה. בימי הילולא קדישא האט דער טאהשער שטעטל געווירבלט מיט אומגעהויערע מאסן, פון טוי


האד' מטאהש איבערראשט תלמידי הישיבה איבער "נסיעה קיין ליזענסק" פאר מצטיינים דעם קומענדיגן כ"א אדר
מוצאי שב"ק פ' עקב • י"ח אב תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט אן אומבאשרייבליכע התרגשות און התעוררות איז אויפגענומען געווארן די בשורה נרגשת דורך די תלמידי הישיבה גדולה ד'קרית טאהש, אין וועלכע כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א האט אויסגעדרוקט רצון קדשו צו ארויספארן אויף א פריוואטע נסיעה אינאיינעם מיט זיינע באליבטע תלמידים הקרויים בנים פוקד צו זיין דעם ציון הק' אין ליזענסק דעם קומענדיגע כ"א אדר הבעל"ט. דאס קומט נאכדעם, וואס ביי איינע פון די לעצטערע אסיפות בקודש פנימה האבן די חברי הנהלת הישיבה אויס


האד' מטאהש געפראוועט געהויבענעם שבת "בני חביבי" אויף די בערג מיט בחורי חמד תלמידי ישיבת טאהש
מאנטאג פ' חקת בלק • י''ד תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש די בחורי חמד תלמידי ישיבת "אור החיים" אין קרית טאהש, זענען די טעג אונטערן רושם פונעם געהויבענעם שבת וואס זיי האבן זוכה געווען מיטצוהאלטן בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א ראש הישיבה, וואס דער גאנצער שבת איז געווען מוקדש בלויז פאר די בחורי חמד תלמידי הישיבה. ערש"ק אין די מיטאג-שטונדן האבן די בחורים זיך ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג אריין צום ספעציעלן קאמפלעקס אין די קאנטרי בערג אין קאנאדע וואס איז אפגעדינגען געווארן, וואו דער ג


ביקור גומלין: האד' מסאטמאר באזוכט ביי האד' מטאהש בעת קורצן באזוך אין קאנאדע
דינסטאג פ' חקת בלק • ח' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש פארלאפענעם וואך אנקומענדיג אויפן קורצן באזוך אין מאנטרעאל איז כ''ק האדמו''ר מסאטמאר שליט''א צוגעפארן אויף א באזוך ביי כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א, וועלכער האט אויפגענומען דעם רבי'ן שליט"א מיט א געוואלדיגע שמחה, און עס האט זיך אנטוויקלט א ידידות'דיגער שמועס בדברי תורה וסיפורי צדיקים וואס האט זיך פארצויגן אויף לאנג. דער טאהשער רבי שליט"א האט אנגעגאסן כיבוד, און נאכן זיך וואונטשן ברכות לרוב האט דער טאהשער רבי שליט"א ארויסבאגלייט דעם


אין לשכוח: געהויבענער שבת קודש בצל האד' מטאהש אין טאהשער ישיבה גדולה אין טשעסטער ניו יארק
דינסטאג פ' קרח • א' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: י. שטיין תלמידי ישיבה גדולה טאהש, אין טשעסטער ניו יארק - בגלילות קרית יואל, האבן זוכה געווען צו מיטלעבן א געהויבענע שבת קודש בצל רבם ומאורם כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א, וועלכער איז ארויסגעקומען פראווענען דעם שבת קודש אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה, לקראת די יומא דהילולא פון זקינו הרה"ק ר' משולם פייש (הראשון) מטאהש זי"ע. דאס איז געקומען דערנאך וואס דער רבי שליט"א האט אויסגעדרוקט זיין רצון זייענדיג אין ישיבה גדולה פארלאפע


געהויבענער מעמד "הנחת אבן הפינה" פארן נייעם בנין ישיבה גדולה טאהש אין טשעסטער - ניו יארק
זונטאג פ' קרח • כ''ט סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש אן אומבאשרייבליכע אטמאספערע פון שמחה און עקסטאז האט ארומגענומען די ווענט פון ישיבה גדולה תורה משולם פייש ד'טאהש אין טשעסטער ניו יארק, ווען עס איז געפייערט געווארן דער היסטארישער מעמד הנחת אבן הפינה פארן נייעם בנין האדיר והמפואר, וועלכער וועט בעזרת השם דינען אלס אכסניא של תורה פאר די הונדערטער בחורים מצוינים. דער מעמד איז פארגעקומען דעם פארלאפענעם ערב שבת קודש בהעלותך, אלס הכנה צום געהויבענעם שבת קודש וואס כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א


שמחת החתונה בבית טאהש - סאטמאר מאנטשעסטער פארגעקומען אין בארא פארק
דאנערשטאג פ' שלח • כ''ו סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: משה נחום,JDN שמחת החתונה פונעם חתן א זון פון הרה"ג ר' יצחק הורוויץ שליט"א, זון פון הגה"צ אבד"ק סאטמאר מאנטשעסטער שליט"א, און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מסטאניסלאוו לאנדאן זצ"ל, מיט די כלה א טאכטער פון הגה"צ ר' יחזקאל שרגא לאווי שליט"א אבד"ק טאהש וויליאמסבורג, זון פון הגה"צ ר' מרדכי סג"ל לאווי זצ"ל, זון פון הרה"ק מטאהש זי"ע, און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף קרית גת זצ"ל, די שמחת החתונה קומט איז פארגעקומען אין די תפ


מעמד קביעת מזוזה פאר נייע אפיסעס פון כולל שומרי החומות אין מאנסי דורך האד' מטאהש
מאנטאג פ' שלח • כ''ג סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלום שווארץ די וואך בעת כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א האט זיך געפינען אין ני יארק האט דער רבי שליט"א אפגעשטאט א באזוך אין די נייע אפיסעס פון כולל שומרי החומות לצדקת רבי מאיר בעל הנס אין מאנסי, וואו דער רבי שליט"א וועלכע האלט אן א שטענדיגע קשר אמיץ וחזק מיט די הייליגע צדקה, איז נתכבד געווארן דורך די חשובע עסקנים וגבאי צדקה צו קובע זיין די מזוזה ביים הויפט אריינגאנג פון די אפיס. נאכן קובע זיין די מזוזה האט דער רבי שליט"א


מן ההר אל העם: האד' מטאהש וועט פראווען ערשטמאליגע שבת אין ישיבה גדולה תורת משולם פייש ד'טאהש אין ניו יארק
דאנערשטאג פ' נשא ב' • י''ב סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש נאכפאלגנדיג די ידיעה משמחת אז כ''ק האדמו''ר מטאהש שליט''א וועט ארויספארן אויף א שבת מיוחדת מיט די תלמידי ישיבה גדולה ד'קרית טאהש אין די קאנטרי בערג אין קאנאדע איז נארוואס אנגעקומען די איבערראשענדע בשורה אז דער רבי שליט''א וועט פראווען נאך א היסטארישע שבת אין די ישיבה גדולה תורת משולם פייש ד'טאהש אין ניו יארק, געבנדיג א געלעגנהייט אויך פאר תלמידיו הנאמנים מריחוק מקום להסתופף בצל הקודש אויף א פריוואטער פארנעם. דער שבת איז געק


מלך בשדה: האד' מטאהש וועט ארויספארן אויף ספעציעלע "שבת התעלות" מיט די תלמידי ישיבה גדולה אין די קאנטרי בערג
מאנטאג פ' נשא ב' • ט' סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש אין די יעצטיגע טעג איז אין די ישיבה גדולה אור החיים ד'טאהש אויפגענומען געווארן די איבעראשענדע בשורה, אז כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א, וועלכע האט שטענדיג אינזינען די געטרייע תלמידים הנאמנים, האט באוויליגט ארויסצופארן אויף א שבת מיט די בחורים, אויף א פריוואטע פארנעם אין א אפגעזונדערטע קאנטרי אויף די בערג כשהמלך בשדה. די בשורה מרנינה ווערט אויפגענומען צווישן די תלמידי הישיבה מיט א זעלטענעם התרגשות, האבנדיג די גאלדענע געלעגנהייט צו פארבר


נועדו יחדיו: האד' מטאהש באזוכט ביי האד' מסאטמאר
דאנערשטאג פ' נשא א' • ה' סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א וועלכע איז פאריגע וואך אנגעקומען אויף א קורצע באזוך אין קרית יואל לרגל א משפחה שמחה, האט אפגעשטאט א ביקור נימוסין ביים מרא דאתרא כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א וועלכע האט אנטפאנגען דעם רבי'ן שליט"א מיט גרויס הערצה. עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די בעפארשטייענדע הילולא קדישא פון הרה''ק רבי מאירל פרעמישלאנער זי"ע און הרה"ק רבי אליעזר מקאמארנא זי''ע און נאך סיפורי צדיקים. דער טאהשער רבי האט זיך אויסג


גייסטרייכע שבת התכנסות פאר ילדי איחוד תשב"ר דחסידי טאהש פון ניו יארק און קאנאדע בצל הקודש פון האד' מטאהש
זונטאג פ' נשא א' • א' סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN פארגאנגענער שבת פ' אחרי קדושים איז אפגעהאלטן געווארן די יערליכע שבת התכנסות פאר די הונדערטער צאן קדשים חסידי טאהש וועלכע זענען אנגעשלאסן אין די חברות תהילים אין די בתי מדרשים ברחבי ניו יארק און קאנאדע כתקנת הקודש פון הרה"ק מטאהש זי"ע וועלכער האט כידוע געלייגט א שטארקן דגוש און האט אין יעדן געלעגנהייט געפאדערט פון די חסידים דעם ענין פון אמירת תהילים. די טייערע ילדי החמד פון איבער גרעיטאר ניו יארק האבן אצינד געה


אַשְׁרֵי הָעָם הֵם לוֹמְדֶךָ: יום טוב ל"ג בעומר בחצר הקודש טאהש
מוצאי שב"ק פ' בהר בחוקתי • כ''ב אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN


נייע מיידל שולע - בית חינוך לבנות ׳בנות חוה ד׳טאהש׳ וועט זיך עפענען אין שטאט מאנסי
דינסטאג פ' אחרי קדושים • ד' אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט גרויס שמחה און עקסטאז האבן תלמידי וחסידי טאהש ובפרט חסידי טאהש תושבי מאנסי אויפגענומען די פריידיגע בשורה אז בברכתו ובעידודו פון כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א וועט זיך בס"ד עפענען די טויערן פונעם נייעם בית חינוך לבנות בנות חוה ד'טאהש און מאנסי, צום קומענדיגן שנת הלימודים חודש אלול הבעל"ט. דאס קומט נאך וואכן און חדשים וואס די געטרייע הנהלת המוסדות ובראשם דער העלדישן מנהל המוסדות העסקן הרב שלמה גרינבוים שליט"א האבן אריינגעלייגט


צדיק גוזר: ריבוי חתנים אין ישיבה גדולה ד'טאהש נאך הבטחה וברכת הקודש פון האד' מטאהש
זונטאג פ' אחרי קדושים • ב' אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש בין כותלי ישיבה גדולה ד'טאהש און ביי חסידי טאהש אומעטום איז די גשפרעך פון טאג דער הבטחה און ברכת צדיק וואס כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א האט אנגעוואונטשן די תלמידי הישיבה גדולה מיט בלויז עטליכע וואכן צוריק און איז בס"ד נתקיים געווארן במלואו ווען אין די געציילטע וואכן האט מען בייגעוואוינט אן אומגעווענליכע ריבוי חתנים אין די ישיבה בלי עין הרע. געווען איז דאס מוצש"ק זכור ווען דער פורים רב פון ישיבה גדולה, ממצוייני תלמידי הישיבה איז


נאסטאלגיע • הרה"ק מטאהש זי"ע ביי אפיית מצות ערב יום טוב פסח
דינסטאג פ' צו • י''ג ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש


לְקַיֵּם אֵת יְמֵי הַפֻּרִים • פורים אין טאהשער הויף
מיטוואך פ' ויקהל פקודי • כ''ב אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש


בַּמֶּה אֲבָרֶכְךָ • חמשה עשר בשבט בחצר הקודש טאהש
מאנטאג פ' משפטים • כ''ב שבט | בחצרות הקודש


יומא דקגרים: האד' מטאהש באזוכט בין כותלי הישיבה גדולה לכבוד חמשה עשר בשבט
זונטאג פ' משפטים • כ''א שבט | בחצרות הקודש פארגאנגענעם מאנטאג חמשה עשר בשבט איז כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א ערשינען אויף א באזוך בהיכל הישיבה גדולה אין קרית טאהש, צופרי זענען די בחורים אריבער צום ביהמ"ד פרטי פונעם רבי'ן אויף א מנין אמירת כל ספר תהילים, דערויף איז דער רבי אנגעקומען אויף תפילת שחרית אין ישיבה וואו ער האט עולה געווען לתורה. נאכן דאווענען האט דער רבי אפגעראכטן א פירות טיש לכבודו של היום, ביי וועלכן ער האט משמיע געווען דברות קודש און פארטיילט פירות פאר די בחורי חמד.


אהל הק' פון כ״ק אדמו״ר הרה״ק מטאהש זצוק״ל וואנדאליזירט; פאליציי אין געיעג נאך די פארברעכער
מיטוואך פ' ויחי • י''א טבת | בחצרות הקודש חסידי טאהש אומעטום און תושבי קרית טאהש בפרט, האבן מיט אנגסט אויפגענומען די ידיעה איבער דעם חילול הקודש אינעם אהל פון כ״ק אדמו״ר הרה״ק מטאהש זצוק״ל, וואס איז וואנדאליזירט געווארן דורך א גרופע כוליגאנעס וואס האבן זיך איינגעבראכן אינעם אהל הק'. די וואנדאלן האבן זיך אריינגעבראכן אינעם אהל פארלאפענעם מוצש״ק, וואס איז דאן שפעט אויפדערנאכט געווען ליידיג פון מתפללים, און ווי מ׳זעט אויף די זיכערהייט קאמערעס, האבן זיי בעיקר געזוכט צו באראבעווען


bottom of page
